רוי:באריס דארפמאן

פון המכלול
ווערסיע פון 21:22, 2 אפריל 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע; אינערליכע לינקס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

ברוך "באָריס" מענדעלעוויטש דאָרפמאַן
געבורט מאי 23, 1923
קאַהול, בעסאַראַביע, רומעניע
פטירה מערץ 23, 2022 (אלט: 98)
לבוב
פאך פובליציסט, שרייבער, אידישקייט-פאָרשער, כּלל־טוער

ברוך "באָריס" מענדעלעוויטש דאָרפמאַן (רוסיש: Дорфман, Борис Менделевич; מאי 23, 1923, ח' סיון ה'תרפ"ג, קאַהול, בעסאַראַביע, רומעניע - מערץ 23, 2022, לבוב) איז געווען אַן אוקראינער אידישער פובליציסט, שרייבער, אידישקייט-פאָרשער און כּלל־טוער.

ער האָט ארויסגעגעבן בערך טויזנט אַרטיקלען איבער אידישע ענינים אויף אידיש, רוסיש, אוקרייניש, פויליש און דייטש אין אויסגאבעס ווי ביראבידזשאנער שטערן און נאך. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון "שופר" (די ערשטע אידישע צייטונג אין קז"ס) און אויך פון דער לעמבערגער אידישע-קולטור-געזעלשאַפט.

ער איז געבוירן געווארן מאי 23, 1923, אין קאַהול, בעסאַראַביע. ער איז געשטארבן מערץ 23, 2022, אין זיין וואוינארט לבוב, זייענדיג אלט 98 יאר, און איז באערדיגט געווארן אין א לאקאלע בית הקברות.

ער איז געווען דער פאָטער פון מיכאל דאָרפמאַן, אן אמעריקאנער פובליציסט.

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

  • "Boris Dorfman - A Mentsh - Documentary film - Official trailer".
  • Gabriela von Seltmann, Uwe von Seltmann (Writers and Directors) (2014). Boris Dorfman - A Mentsh.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!