רוי:ארחות ימים

פון המכלול
ווערסיע פון 08:49, 28 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט (דורך תנא קמא))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים, ובפרט מבאר צו זיין ווי אזוי פארשידענע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך.

דער ספר איז געשריבן געווארן דורך רבי אברהם זאב שנעעבאלג, איינער פון די דיינים אין סאטמאר (קהילת מהר"א) וויליאמסבורג (און אן אייניקל פון רבי דוד צבי שנייבאלג), וועלכער איז באקאנט אויך מיט זיין ספר פתחי טהרה אויף הלכות טהרה.

דער ערשטע חלק

די ערשטער חלק רעדט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית געדרוקט אין יאר תשנ"ט.

דער צווייטע חלק

די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה מיט 28 נתיבים אין 267 עמודים אריינגערעכנט דעם מפתח;

די צווייטע האלב הייסט מנורת הזהב וואס באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: בית יוסף'ס קשיא, די סוגיא פון כבתה, סמיכות דר' תנחום, און נאך. עס אנטהאלט בסך הכל 275 עמודים.

הסכמות

אויף ביידע חלקים.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!