רוי:ארחות ימים

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים און מבאר צו זיין ווי אזוי אונזערע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, פארפאסט און ארויסגעגעבן דורך הרב אברהם זאב שנעעבאלג איינע פון די דיינים אין סאטמאר (קהילת מהר"א) וויליאמסבורג.

ערשטע חלק

דער ערשטער חלק באציהט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית ערשיינען אין יאהר תשנ"ט.

צווייטע חלק

די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאהר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה אנטהאלט אכט-און-צוואנציג נתיבים אין צוויי הונדערט זיבן-און-זעכציג זייטן אריינגערעכנט דעם מפתח;

די צווייטע העלפט הייסט מנורת הזהב וועלכע באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: דעם ב"י'ס קשיא, סוגיא דכבתה, סמיכות דר' תנחום, אא"וו. ער אנטהאלט בסך הכל צוויי הונדערט פינעף-און-זיבעציג זייטן.

הסכמות

אויף ביידע חלקים.

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!