רוי:ארחות ימים
ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים, ובפרט מבאר צו זיין ווי אזוי פארשידענע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, געשריבן דורך רבי אברהם זאב שנעעבאלג איינער פון די דיינים אין סאטמאר (קהילת מהר"א) וויליאמסבורג.
דער ערשטע חלק
די ערשטער חלק רעדט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית געדרוקט אין יאר תשנ"ט.
דער צווייטע חלק
די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה מיט 28 נתיבים אין 267 עמודים אריינגערעכנט דעם מפתח;
די צווייטע האלב הייסט מנורת הזהב וואס באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: בית יוסף'ס קשיא, די סוגיא פון כבתה, סמיכות דר' תנחום, און נאך. עס אנטהאלט בסך הכל 275 עמודים.
הסכמות
אויף ביידע חלקים.
- רבי יעקב בלויא
- רבי געציל בערקאוויטש
- רבי מנחם מענדל שנעעבאלג דער גאב"ד פון "מחזיקי הדת" מאנטשעסטער
- רבי פייוויש שנעעבאלג פון לאנדאן מח"ס שו"ת שרגא המאיר
- רבי משה האלבערשטאם געוועזענער חבר בית דין פון עדה החרדית
- רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד סאטמאר פון חסידי רבי זלמן לייב טייטלבוים.
- רבי משה מנחם טירנויער, סאטמארער דיין אין מאנטרעאל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!