רוי:ארחות ימים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ארחות ימים איז א סעריע הלכה ספרים מיט חידושים און ביאורים אויף שלחן ערוך אורח חיים און מבאר צו זיין ווי אזוי פארשידינע מנהגים שטימען מיטן שלחן ערוך, ארויסגעגעבן דורך רבי אברהם זאב שנעעבאלג איינע פון די דיינים אין סאטמאר (קהילת מהר"א) וויליאמסבורג.

דער ערשטע חלק

די ערשטער חלק רעדט זיך פון אנהייב ביז נאך הלכות ציצית געדרוקט אין יאהר תשנ"ט.

דער צווייטע חלק

די צווייטע חלק, ארויסגעקומען אנהייב פון יאהר תשס"ד, איז אויף הלכות חנוכה צוטיילט אין צוויי חלקים: די ערשטע אויף הלכה מיט 28 נתיבים אין צוויי 267 עמודים אריינגערעכנט דעם מפתח;

די צווייטע האלבע הייסט מנורת הזהב וואס באשטייט פון דברי אגדה און פלפול אויף די באקאנטע ענינים פון חנוכה, ווי: דעם ב"י'ס קושיא, די סוגיא פון כבתה, סמיכות דר' תנחום, און נאך. ער אנטהאלט בסך הכל 275 עמודים.

הסכמות

אויף ביידע חלקים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!