רוי:רבי משה יהודה ליב שפירא

פון המכלול
ווערסיע פון 20:31, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שלמה שפירא" ב־"[[רבי שלמה שפירא")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה יהודה לייב שפירא זצ"ל (ה'תרי"ג - ב' חשוון ה'תרע"ז), רב אין סטריזשעוו

אפשטאם

רבי משה לייב איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ג צו זיין פאטער הרב רבי שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב רבי אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חיה פרימא רבקה א טאכטער פון הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון הרב משה יהודה לייב ערבליך, רב אין סאסוב באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער .

זיינע רבי'ס

רבי משה לייב האט געגעסען קעסט ביים זיידען דער דברי חיים פיר יאר, פון זיין חתונה ה'תרל"ב ביז די פטירה פון צאנזער רב ה'תרל"ו. און פון אים האט ער מקבל געווען רוב פון זיינע הנהגות ומנהגים.

רבנות

רבי משה לייב איז געווען רב אין בייאטש, סאסוב, און סטריזשעוו

הסתלקות

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי משה לייב אנטלאפען קיין וויען און ער איז דארט נפטר געווארן ב' חשוון ה'תרע"ז, און מען האט אים געברענגט קיין מונקאטש צו קברי אבות.

זייו ווייב מרת חנה איז נפטר געווארן כ"ט טבת ה'תרצ"ב אין עלטער פון ניין און זיבעציג יאר.

אין "די אידישע צייטונג" ו' לפרשת בשלח תרצ"ב איז ערשינען דאס פאלגנדע ארטיקל:

נפטרת געווארען די סטריזשעווער רביצין ז"ל.
פ. וואך פרייטאג איז אין עלטער פון 79 יאהר נפטרת געווארען די רביצין פון הה"ק מוה"ר משה לייב שפירא זצ"ל אבדק"ק סטריזעוו הרבנית הצדיקת המפורסמת מרת חנה ע"ה די טאכטער פון גארליצער רבי'ן און שניר פון מונקאטשער רבי'ן הגה"ק מוהר"ר שלמה'לע זי"ע.
די סטריזשעווער רביצין איז אויסער איהר צדקת און ירא"ש אויך געוועזען א מפורסמת פאר א חכמת און האט געשמ'ט פאר א צדיקת , דערארט, אז נאך איהר מאן'ס פטירה האבען די חסידים נישט אויפגעהערט צו גיין נאך איהרע ברכות.
נאך איהר פטירה, האלט די גאנצע סטריזשעווער קהלה מיט די סביבה א גרויס אבילות, תנצב"ה. די נפטרת האט איבערגעלאזט א דור ישרים פון רבנים גדולים, דעם איינציגען זאהן הרב הצדיק ר' נחמי' שפירא שליט"א, וועלכער איז אין סטריזשעוו ממלא מקום פון פאטער אלס רב. און 4 שנירען אלע זענען ביי רבנים פון צדיקים מפורסמים, א. צוו. דער פארציווער רב זצ"ל, להבחל"ח הה"צ ר' שלמה טייטלבוים גארליצער ראב"ד, הה"צ ר' חיים שפירא בורטשער רב, הה"צ ר' משה צבי פון וויליאן.

פאמיליע

זונטאג י"ד אייר ה'כת"ר (אומגעפער) ווען דער צאנזער רב איז געווען אין לאנצהוט אויף די יארצייט - י"א אייר - פון זיין רבי'ן דער ראפשיצער רב, וועלכער ליגט אין לאנצהוט, איז רבי משה לייב געווארן פארלויבט (אין עלטער פון אכט יאר) מיט מרת חנה די טאכטער פון הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער דברי חיים, זיי האבן געהייראט אין יאר ה'תרל"ב. זייערע קינדער:

  • מרת מינדל, די ווייב פון הרב ישראל חיים שפירא, רב אין בערטש.
  • מרת פעסיל, די ווייב פון הרב משה צבי הלוי ראטטענבערג, פון וויליאן.
  • מרת מלכה נחמה.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!