רוי:רבי אליעזר האגער

פון המכלול
ווערסיע פון 22:02, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[ברוך האגער" ב־"[[רבי ברוך האגער")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אליעזר האגער זצ"ל (כ"ב שבט ה'תרנ"א - ב' אלול ה'תש"ו), פון וויזשניץ. באקאנט מיט דעם נאמען "דער דמשק אליעזר".

אפשטאם

רבי אליעזר איז געבוירן כ"ב שבט ה'תרנ"א, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב רבי ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרת הינדא א טאכטער פון הרב רבי מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזר'ל דזשיקאווער", א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט, אין דעם טאג וואס ער וועט דארפן אנגעבען א חשבון הנפש וועט ער זאגן אז ער איז דער פאטער פון רבי אליעזר, וועט מען אים זאפארט אפלאזען.

נאך זיין חתונה איז רבי אליעזר געזעצען ביי זיין פאטער אין וויזשניץ. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז ער פארברענגט אין וויען צוזאמען מיט זיין שווער.

אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי אליעזר געווארן רב אין וויזשניץ, און ער האט דארט אויף געשטעלט א פראכטפולע ישיבה מיט דעם נאמען "בית ישראל ודמשק אליעזר", ס'האט דארט געלערנט הונדערטער תלמידים. אין יאר ה'ת"ש איז רבי אליעזר אריבער מיט די ישיבה קיין גרויסווארדיין.

רבי אליעזר איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

ביי דעם חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"ד איז רבי אליעזר ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

הסתלקות

רבי אליעזר איז נפטר געווארן ב' אלול ה'תש"ו, און ער ליגט אין הר הזיתים.

פאמיליע

אין יאר ה'תרס"ז האט רבי אליעזר געהייראט מרת חיה ( - ג' אדר ב' ה'תשי"ד), א טאכטער פון הרב יצחק מאיר העשל, פון קאפיטשניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זיינע ספרים

  • דמשק אליעזר

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!