הדלקה עושה מצוה
הַדְלָקָה עו֗שָׂה מִצְוָה איז א גדר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, וואס באדייט אז די מצוה איז מיט צינדן די ליכט - נישט מיט שטעלן די ליכט, וואס וואלט געהייסן "הנחה עושה מצוה".
מקור
די גמרא האט אן איבעיא וואס איז דער עיקר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, צי "הדלקה עושה מצוה" – דאס עצם צינדן די ליכט, אדער "הנחה עושה מצוה" – דאס וואס די ליכט ווערט געשטעלט אויף א פלאץ וואו ס'ברענגט צו פרסומי ניסא. די גמרא פירט אויס:
מדקא מברכינן אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה, שמע מינה: הדלקה עושה מצוה
דער טעם דערצו
- עס זאל זיין גלייך צו די ליכט פון מנורה וואס איז געצינדן געווארן אין בית המקדש, וואס דארט איז דער מצוה דערפון געווען דער צינדן זעלבסט[1].
- ווייל דער נס חנוכה האט זיך אינגאנצן אפגעשפילט ביים צינדן, מיט דעם וואס די ליכט האבן נישט פארנוצט קיין אויל און דאס גאנצע דערפון איז געבליבן פאר דער קומענדיגער נאכט, דערפאר ווערט דער נס דערמאנט נאר מיטן צינדן[2].
אין הלכה
אין גמרא און הלכה ווערט אויסגעשמועסט פעלער וואו עס קומט אויס א נפקא מינה דערפון וואס די מצוה איז די הדלקה און נישט די הנחה. צווישן זיי:
- אויב האט געצינדן די ליכט איינער וואס איז נישט מחויב, ווי צום ביישפיל א קליין קינד אדער א גוי, איז נישט גענוג אז דער מחויב במצוה זאל עס שטעלן אויפן ארט, נאר די הדלקה זעלבסט איז נישט גוט און מ'דארף איבערצינדן די ליכט[3].
- מען מעג אנצינדן פון איין ליכט א צווייטע[3].
- אויב די חנוכה לאמפ ליגט שוין פון פריער אויפ'ן ארט וואו מ'צינדט, דארף מען עס נישט אוועקשטעלן פונדאסניי לשם מצוה נאר מ'קען גלייך צינדן דערין. טראץ וואס ביי א מצוה דארף מען אלץ אינזין האבן לשם מצוה, איז אבער דאס אוועקשטעלן נישט קיין חלק פון די מצוה[4].
- אויב האט מען געצינדן די חנוכה ליכט אויף אן ארט וואו לויט די הלכה קען מען דארט נישט יוצא זיין די מצוה, צום ביישפיל העכער צוואנציג אמות[5], האט ער נישט יוצא געווען די מצוה אויך אויב האט מען עס דערנאך אריבערגעפירט פון דארט צו א גוטן ארט, ווייל די מצוה דארף געטון ווערן ביים צינדן[6].
- ביים אנצינדן דארף שוין זיין גענוג אויל אין ליכטל אז ס'זאל קענען ברענען ווי דער שיעור (א האלבע שעה[7]); אויב פעלט דערפון האט מען נישט יוצא געווען אויך אויב גיסט מען צו אויל ווען עס ברענט שוין[8].
- דאקעגן, אויב האט זיך די ליכט פארלאשן ווען עס האט נאכנישט געברענט ווי דער שיעור דארף מען דאס נישט איבערצינדן, כבתה אין זקוק לה, ווייל די מצוה האט מען שוין אויסגעפירט ביים צינדן די ליכט[9].
אין בית המקדש
פון רש"י ווייזט אויס אז אויך אין בית המקדש איז די מצוה געווען נאר צו אנצינדן די ליכט, און נישט אז עס זאל ברענען[10]. אבער לויט אנדערע[11] איז אין בית המקדש געווען די מצוה אז די גאנצע צייט זאל זיין אנגעצינדן די ליכט, וואס דערפאר אויב האט זיך עס פארלאשן האט מען געדארפט איבערצינדן, נישט ווי ביי חנוכה וואס כבתה אין זקוק לה, ווי אויך האט א זר (נישט קיין כהן) געקענט אנצינדן אינדרויסן די ליכט וואס מען האט דערנאך אריינגעפירט און געשטעלט אויפן ארט אין מנורה, אנדערש פון חנוכה ליכט וואס מען איז נישט יוצא אויף דעם וועג.
אין חסידות
רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב לערנט ארויס פון די הלכה אויף די גאנצע יאהר אין עבודת ה', ווי ער טייטשט אויס די הלכה: ”הדלקה עושה מצוה, פירוש שלכתחלה צריך האדם לעשות המצוה בהדלקה ובהתלהבות בתשוקה נפלאה”[12].
ליינט מער
דרויסנדע לינקס
- הדלקה עושה מצוה, הגאון רבי שלמה זלמן אולמן – ראב"ד מודיעין עילית
- הדלקה עושה מצוה, ילקוט יוסף
- בענין מצות הדלקת המנורה
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ טורי זהב, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א', באזירט אויף רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה.
- ↑ שו"ת כתב סופר, חיים, סימן קלו.
- ↑ 3.0 3.1 שבת כג, א
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א'
- ↑ רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, שבת ומועדים, כלל קנ"ד, סעיף כ"ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף קטן ג'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ב, סעיף ב'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף ב'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף ב'.
- ↑ רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה
- ↑ כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות ביאת מקדש, פרק ט', הלכה ז'; דער ראגאטשאווער אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים, פרק ב, סעיף ח; שיח יצחק אויף תוספות ישנים, יומא כד, ב.
- ↑ קדושת לוי, פירושי אגדות.
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער