רוי:מגילת אנטיוכוס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מגילת אנטיוכוס (גערופן אויך מגילת בני חשמונאי) איז א מגילה וואס דערציילט די קריג פון די חשמונאים וואס האט צוגעפירט צום נס חנוכה. די מגילה איז געשריבן אין אראמיש און איז געווארן שפעטער איבערגעזעצט אין לשון קודש. רב סעדיה גאון האט עס איבערגעזעצט אין אראביש, און אויך צוגעלייגט א הקדמה. די מגילה געפינט זיך אין טייל אור-אלטע ספרי תנ"ך און סידורים (צום ביישפיל אין א מחזור פון סאלאניקי, א ספרד'ישע סידור פון שנת תק"פ און א סידור "עבודת ישראל" פון דער שטאט רעדלהיים פון שנת תרכ"ח). אין תימנישע און איטאליענישע קהילות איז געווען דער מנהג צו ליינען די מגילה שבת חנוכה. עס איז געווען דא אפילו קהילות וואס האבן זי געליינט מיט א ברכה בשם ומלכות.

די מגילה איז געשריבן גאנץ אנדערש פון די אנדערע ספרי המכבים, אוון למעשה איז עס די איינציגע אידישע געשיכטע וועגן דעם יום טוב חנוכה אין אריגינעלן פארמאט, ווייל די ספרי המכבים זענען היינט דא בלויז אין גריכישן איבערזעצונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל