רוי:רב נטרונאי גאון
רב נטרונאי גאון בר ליהאי (ד'תרי"ג - ד'תרי"ח, 859 – 869), גאון אין סורא, פאַראַן פון אים אַ סך תשובות וועגן מנהגי בית הכנסת און נוסחאות פון תפילות און פּיוטים; ער ברענגט די פּיוטים וואָס שטאַמען פון קליר; ער ברענגט דעם מנהג פון שלאָגן כפּרות; ער איז אַרויסגעטרעטן שאַרף קעגן די קראים.
מען דערציילט אויף אים, אַז ער האָט געהאט קפיצת הדרך פון בבל קיין פראַנקרייך; רב עמרם גאון אין זיין סידור (סדר) ברענגט פון אים אַ סך מנהגים און תשובות.
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „נטרונאי, גאון” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!