רוי:אשר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אָשֵׁר
אשר, 1640–1645 מאלעריי
אשר, 1640–1645 מאלעריי
געבורט פדן ארם
פטירה אוראלט מצרים
מקום קבורה קדש נפתלי - 33°06′44″N 35°31′49″E / 33.112314°N 35.530317°E / 33.112314; 35.530317 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע יעקב
מאמע זלפה
בת זוג עדון (זיווג ראשון)
הדורה (זיווג שני)
קינדער שרח, ישוי, ימנה, ישוה, בריעה

אשר איז געווען דער צווייטער פון צוויי זין פון יעקב און זלפה די שפחה פון לאה, יעקב'ס אכטער זון און דער גרינדער פון שבט אשר פון די שבטי ישראל.

ביאגראפיע

אשר איז געבוירן געווארן צו זלפה די שפחה פון לאה נאך זיבן חדשים פון שוואנגער[1] אום ב' אדער כ' שבט[2] ב'קצ"ח אין פדן ארם. לויט דער גר"א איז ער געבוירן כסלו ב'קצ"ז[3].

לויט דער ספר הישר איז ער געווען חתונה געהאט צו עדון בת אפלל אבער זי איז געשטארבן אן קיין קינדער, און דערנאך האט ער חתונה געהאט צו הדורה בת אבימאל, אייניקל פון עבר און פון איר האט ער געהאט זיינע קינדער יִמְנָה, יִשְׁוָה, יִשְׁוִי, און בְרִיעָה, און ער האט אויך אדאפטירט איר קינד , שֶׂרַח[4]. זיינע קינדער ווערן אויסגערעכנט אין די תורה[5], און אין דברי הימים ווערן אראפ געברענגט די קומענדיגע גענעראציעס פון אשר[6].

ער איז נפטר געווארן אין מצרים אום כ' שבט ב'שכ"א אין עלטער פון 123 יאר[7] און זיינע ביינער זענען ארויפגעטראגן געווארן דורך זיין שבט ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, און נאך וואס זיי האב געענדיגט אייננעמען ארץ ישראל אין יאר ב'תצ"ה זענען זיי באערדיגט געווארן דארט[8].

קבר אשר ונפתלי די קינדער פון יעקב אין קדש נפתלי

אין ספר הישר ווערט דערציילט: "ויקברו את ארונות מטות אבותיהם... ואת נפתלי ואשר קברו אותם בקדש נפתלי איש איש במקומו אשר ניתן לבניו"{{הערה|ספר הישר, יהושע י}. היינט איז זיין קבר באצייכנט ביי כביש 899 אנקעגן 'תל קדש נפתלי'. צו די קבר איז דא אסאך מקורות פון די ה'ת' יארן און ווייטער[מקור פארלאנגט].

נאמען

לויט די פסוק איז אשר א לשון פון "גליק" אדער "ברכה". די תורה דערציילט וואס לאה האט אויסגערופן ביי זיין געבורט:

וַתֹּאמֶר לֵאָה בְּאָשְׁרִי, כִּי אִשְּׁרוּנִי בָּנוֹת; וַתִּקְרָא אֶת-שְׁמוֹ, אָשֵׁר

דהיינו אז ווייבער וואס האבן געקענט פאר לאה אויף א אומגליקלאכע ווייב צולייב איר עקרות האבן געזאגט 'אשריה', און דערפאר האט זי אן גערופן דער קינד 'אשר'[מקור פארלאנגט].

סימבאל

די שטיין פון אשר אין חושן איז געווען א אבן תרשיש. אין מדרש תלפיות שטייט:

אשר על תרשיש, ונקרא קריאוליק. וגונה כגטו השמן. וסגלתה לעכל המאכל, וכל שכן למי ששוחקה ומערבה במאכלו, ונעשה בזה עב ושמן שנאמר מאשר שמנה לחמו.

הרב אליהו הכהן, מדרש תלפיות

ברכות פון יעקב און משה

אין די ברכות וואס יעקב האט געבענטשט זיינע קינדער פארן שטארבן האט ער אים צוגעזאגט אז ער וועט האבן א גוטע נחלה וואס וועט געבן 'מעדני מלך': ”מֵאָשֵׁר, שְׁמֵנָה לַחְמוֹ[9]; וְהוּא יִתֵּן, מַעֲדַנֵּי-מֶלֶךְ” (בראשית מט, כ).

משפחה בוים


רעפערענצן

  1. סדר עולם פרק ב'
  2. ספר היובלים, פרק כ"ח, פסוק כ"א; זעט מדרש תדשא, פרק ח', געברענגט אין ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב און רבינו בחיי, שמות א, ו, מיט עטליכע טוישונגען צווישן די מקורות.
  3. פירוש הגר"א אויף סדר עולם, פרק ב'. אזוי קוקט אויך אויס פון ילקוט שמעוני, בראשית, רמז קכ"ה; פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ו.
  4. ספר הישר, וישב כא
  5. בראשית מו, יז
  6. דברי הימים א' ז
  7. סדר הדורות, שנת ב'קצ"גב'קצ"ח; ילקוט שמעוני, שמות, רמז קס"ב
  8. תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק א', הלכה י' (דפוס וילנא: דף ח', עמוד ב')
  9. די טייטש פון די ווארט 'לחמו' מיינט אויך 'מאכלו'. זעט אויך אין חבקוק א, טז: מַאֲכָלוֹ בְּרִאָה