הבל
געבורט | א' תשרי, ב' |
---|---|
נרצח | עטליכע דיעות |
גיל פטירה | עטליכע דיעות |
טאטע | אדם הראשון |
מאמע | חוה |
בן זוג | צווילינג שוועסטער |
עיסוק | פאסטוך |
בתנ"ך | בראשית ד |
הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך זיין ברודער קין.
ביאגראפיע
הבל איז געווען דער צווייטער זון פון אדם הראשון און חוה. לויט טייל איז ער געווען א צווילינג ברודער פון קין, וועלכער איז געבוירן געווארן אין פרייטאג, די זעקסטע טאג פונעם בריאה[1]; לויט אנדערע איז ער נישט געווען קיין צווילינג[2], און ער איז געבוירן געווארן צוויי וואכן שפעטער, אין ט"ו תשרי אדער ט"ו ניסן[3]. צוזאמען מיט הבל זענען געבוירן געווארן נאך צוויי שוועסטערס[4].
אין ספר הישר שטייט אז חוה האט אים גערופן "הבל" ווייל זי האט געזאגט: ”בהבל באנו בארץ ובהבל נוקח ממנה”[5]; ענליך שרייבט דער רמב"ן[6], אז זי האט אים אזוי גערופן ווייל ”אדם להבל דמה”[7]. אנדערע ערקלערן אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[8], אדער האט ער באקומען דעם נאמען נאכן שטארבן[9]; אדער האט זי אים אזוי גערופן ווייל ער איז געווען קליין אין געוואוקס קעגן קין וועלכער איז געבוירן געווארן גרויס ווי אן ערוואקסענער[10]; אדער אלס אנדענק צו דעם וואס זיי זענען פארטריבן געווארן פון גן עדן[11]. טייל זאגן אז די תורה געבט אים דעם נאמען ווייל ער האט געיאגט נאך כבוד, וואס איז הבל[12]; אדער האבן אים מענטשן אזוי גערופן, ווייל זיין פאך איז ביי זיי געווען אראפגעקוקט קעגן קין'ס פעלד ארבעט[13].
וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[14] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[4], אן ארבעט וואס פאדערט מער חכמה פונעם ערד ארבעט[15].
ער האט פארהייראט איינע פון זיינע צוויי צווילינג שוועסטער. טייל זאגן אז זי האט געהייסן בלבירא[16].
די קרבן
ווען עס איז געווען ”מקץ ימים”[17] (ביים "ענדע פון די טעג")[א] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.
קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[18]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[19], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[20].
נאטיצן
- ↑ דער אבן עזרא, בראשית ד, ד און דער חזקוני זאגן אז דאס מיינט איין גאנצע יאר. רב סעדיה גאון טייטשט: נאך עטליכע טעג. לויט דעם מדרש (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד') איז דאס געווען נישט מער (לויט אן אנדערע גירסא: נישט ווייניגער [חידושי הרד"ל]) ווי פופציג טעג (לויט אן אנדערע גירסא: ניינציג טעג [
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע סדר הדורות]). לויט אנדערע דיעות האט הבל געלעבט 16 אדער 17 שטונדע (זעהט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מדרש תלפיות, ערך הריגת הבל), אדער פערציג יאר (מדרש תנחומא פרשת בראשית פיסקא ט'). אין פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א, שטייט אז דער מעשה האט פאסירט אין יום טוב פסח.
רעפערענצן
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'
- ↑ תוספות, סנהדרין לח, ב, ד"ה וירדו, לויט די גמרא דארט
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד', זעט דארט פירוש מהרז"ו און ביאור מהרי"פ בשם נזר הקודש.
- ↑ 4.0 4.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע ספר הישר - ↑ רמב"ן, בראשית ד, ב
- ↑ תהלים קמד, ד
- ↑ רלב"ג און ר"ן אויף בראשית ד, ב
- ↑ שד"ל
- ↑ רבינו אפרים און רלב"ג אויף בראשית ד, ב
- ↑ בכור שור און רד"ק אויף בראשית ד, ב
- ↑ רבי יצחק אברבנאל אויף בראשית ד
- ↑ מלבי"ם אויף בראשית ד, ב
- ↑ בראשית ג, יז
- ↑ ספורנו, בראשית ד, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברבנאל אין נאמען פון די ספרי האומות. - ↑ בראשית ד, ג
- ↑ עס זענען דא אסאך מהלכים וואס זיי האבן זיך געדינגען
- ↑ בראשית ד, י
- ↑ בראשית ד
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |