באַניצער רעדן:צמא לדעת
לעצטע תגובה: פֿאַר 1 יאָר פון צמא לדעת אין די טעמע דרעפטס
מעדיעוויקי
אויב איך מעג פרעגן. וואס איז דאס מעדיעוויקי? וואס פארעסטו זיך ארום דארט אזוי פיל?.... למאי נ"מ (שמועס) 19:21, 18 אקטאבער 2023 (UTC)
- מעדיעוויקי איז לעולם דער סיסטעם אויף וועלכע דער זייטל לויפט, אבער דער מעדיעוויקי געביט איז דארט וואו עס געפינען זיך די בלעטער וועלכע מאכן אויס אויפן סיסטעם - סקריפטס, טשאטשקעס, און אנדערע זאכן. אין די לעצטע טעג בין איך טאקע אסאך פארנומען געווען דארט (ווען איר האט געפרעגט די שאלה, האב איך זיך געפארעט צו פארבעסערן די רעזולטאטן וועלכע קומען ארויף ווען איר לייגט עפעס אריין אין זוכעניש קעסטל), אבער דאס איז א צייטווייליגע זאך בעז"ה, ווילאנג דער סיסטעם איז אין קאנסטרוקציע פאזע. — צמא לדעת • שמועס • ג' חשון ה'תשפ"ד 20:32, 18 אקטאבער 2023 (UTC)
דרעפטס
לאמיר דיר זאגן אזוי, איך שיס ארויס נאכנאנד נאך דרעפטס, מיין שאלה איז (אין איך וויל הערן נאר דעם אמת!!) צו ווען איך שרייב א דרעפט איז נאך דא דערנאך אסאך ארבעט דערויף, אויב יא ביטע אויב דו קענסט מיר זאגן מיט וואס איך קען זיך פארבעסערן, איך וויל הערן! כדי ס'זאל זיך דא אנהייבן רוקן זאכן. מען דארף זיך גיבן א שאקל. למאי נ"מ (שמועס) 11:02, 29 אקטאבער 2023 (UTC)
- לאו דווקא אסאך ארבעט, איר ארבעט גאר פיין און פלייסיג, אבער אסאך מאל אביסל ארבעט איז אויך אסאך
- איין עצה טובה איז צו איבערגיין דעם טשעקליסט, נקודה ביי נקודה, און זען וואס דערפון איר קענט טון (צום ביישפיל, לייגן א דעסקריפציע). א צווייטע זאך איז, צו זען וואס מען האט געטוישט נאך אייך און טון אזוי אויף ווייטער (צום ביישפיל, דעם באשרייבונג פון בילד ביי תדעל און די אנדערע מלכים, לויט וויאזוי עס איז געטוישט געווארן ביי אמרפל).
- נאכאמאל, דאס זענען ממש קלייניגקייטן, אבער ווען עס זענען פארהאן אסאך אזעלכע קלייניגקייטן, אין אסאך פרישע דרעפטס, קען נעמען מער צייט איך זאל זיך נעמען דערצו.
- נאכדעם איז פארהאן נאך א נקודה, וואס איז ברייטער און אביסל שווערער אנצוכאפן אויף למעשה, אבער כ'וועל עס אייך שרייבן אלס נקודה למחשבה: אונזער ציל איז לאו דווקא צוצושטעלן המכלול העברי איבערגעטייטשט אויף אידיש, נאר צו שרייבן היימישע ענציקלאפעדישע ארטיקלען אויף אידיש - הגם אסאך מאל איז שוין דער חומר דערפון גרייט אויף המכלול העברי און מען דארף עס נאר איבערטייטשן. כמדומה אז רוב ארטיקלען וואס זענען פארהאן אויף ביידע, איז עס ביי אונז היבש פארברייטערט ב"ה; און רוב פון די וואס נישט, זענען אבער אויך ארומגעטוישט און צוגעפאסט.
- עס ארויסצוברענגען אביסל עקסטרעם: די ארבעט ענדיגט זיך נישט מיט איבערטייטשן פון העברי; עס הייבט זיך דארט אן...
- דאס מיינט נישט אז איר דארפט זיך זוכן ארבעט פון אונטער דער ערד; אויב לויט אייער בליק איז דער איבערזעצונג פון העברי פונקט גענוג און גוט, פיין און וואויל. פון מיין זייט קען אבער אמאל נעמען צייט אריינצוקומען אין ענין, אויך אויב קוקט אויס אז ס'איז מער נישט דא וואס צו טון. (טייל פון די אנדערע מנטרים לייגן ווייניגער דגש אויף דעם ענין, און ווען זיי זענען אקטיוו קענען איבערגעזעצטע ארטיקלען ווערן שנעלער אריבערגעפירט).
- דאס אלעס וואס קען זיין נוגע צו אייך. דערנאך זענען נאך סתם אזוי פארהאן די זאכן וועלכע נעמען צו פון מיין צייט, שיריים פון סיסטעם קאנסטרוקציע, אבער מען קומט אלץ נענטער צום גמר בעז"ה. — צמא לדעת • שמועס • י"ד חשון ה'תשפ"ד 13:02, 29 אקטאבער 2023 (UTC)