אמרפל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אמרפל דער קעניג פון שנער, ווערט דערמאנט אין תנ"ך אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד ווי איינער פון די קעניגן פון די פיר קעניגן קאאליציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צוזאמען מיט אריוך דער קעניג פון אלסר, כדרלעומר דער קעניג פון עילם און תדעל דער קעניג פון גוים, צו דערשטיקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון ככר הירדן וואס האבן זיך פאראייניגט צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע. אמרפל איז דער ערשטער תנ"ך פערזענליכקייט מיטן טיטל "קעניג".

אין די פסוקים

די פיר קעניגן, אין שפיץ פון כדרלעומר, זענען געקומען קיין כנען צו אונטערדרוקן די פינף קעניגן פון ככר הירדן וועלכע האבן אין אים רעוואלטירט. אויפן וועג זענען זיי באפאלן נאך פעלקער, ווי די רפאים, די חורים, די אמורים און נאך. אין זייער מלחמה קעגן די פינף קעניגן האבן זיי באזיגט די אויפשטענדלער, בארויבט זייער פארמעגן און גענומען פון זיי מענטשן אין געפענגעניש. אברהם אבינו האט זיי נאכגעיאגט אויף זייער וועג קיין צפון צו זייערע לענדער, און אין דמשק געגנט האט ער זיי דערגרייכט, באזיגט, און צוריקגעקערט דאס רויב און די געפאנגענע.

אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט[1], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[2]. אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי[3], נאר אמרפל איז געווען דער עלטסטער[4]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[5].

זיין נאמען און לאנד

דער נאמען אמרפל ווערט אויך דערמאנט אין אוגאריטישע טעקסטן מיט טראַנסקריפּציע עמרפ, ווען דער בוכשטאב ל' פעלט[6].

שנער איז למעשה דער אלטער נאמען פון בבל, ווי עס ווייזט אויס פון מעשה דור הפלגה: ”וַיְהִי בְּנָסְעָם מִקֶּדֶם וַיִּמְצְאוּ בִקְעָה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר וַיֵּשְׁבוּ שָׁם... עַל כֵּן קָרָא שְׁמָהּ בָּבֶל כִּי שָׁם בָּלַל ה' שְׂפַת כָּל הָאָרֶץ וּמִשָּׁם הֱפִיצָם ה' עַל פְּנֵי כָּל הָאָרֶץ” (בראשית פרק י"א, פסוקים ב'; ט'), א זאך וואס שטימט מיט אן השערה וואס אידענטיפיצירט אמרפל מיט דער בבל'ישער חמורבי, וואס איז אויך באקאנט ווי עמורפי. אן אנדערע שפעקולאציע אידענטיפיצירט אים מיט אובל-פי-אל דער צווייטער, קעניג פון אשנונה[7].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אין זיין ספר "קדמוניות היהודים", אז אמרפל איז געווען אן אשור'ישער קריגס-מיניסטער וועלכער איז געשיקט געווארן מיט דריי אנדערע קריגס-מיניסטארן פאר א שטראף קאמפיין אין כנען; צוזאמען האבן זיי בארויבט סיריע און אונטערטעניגט די קעניגן פון סדום און אומגעגנט וועלכע האבן ווידערשפעניגט אין אשור[8].

אין חז"ל

אין חז"ל ווערט געברענגט אז אמרפל איז נישט קיין צווייטער ווי נמרוד, און די אמוראים רב און שמואל קריגן זיך איבער די צוויי נעמען[9]: ”רב ושמואל, חד אמר: נמרוד שמו, ולמה נקרא שמו אמרפל? שאמר והפיל לאברהם אבינו בתוך כבשן האש. וחד אמר: אמרפל שמו, ולמה נקרא שמו נמרוד? שהמריד את כל העולם כולו עליו [=אויף ה'] במלכותו.”

אויך אין ספר הישר שטייט אז אמרפל איז נמרוד[10], מיט די ערקלערונג אז דעם צונאמען "אמרפל" האט ער באקומען נאכן דורכפאל ביים בויען דעם מגדל בבל, וואס ווערט אין דעם ספר אויך צוגעשריבן צו נמרוד.

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ספורנו, בראשית יד, א
  2. גור אריה פון מהר"ל, בראשית יד,ה
  3. רד"ק, בראשית יד, ד
  4. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד,א
  5. העמק דבר, בראשית יד,א
  6. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
  7. Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
  8. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ירושלים, מוסד ביאליק, 2002, זייט 19.
  9. עירובין נג, א
  10. ספר הישר, ירושלים תשט"ו, עמ' 28