רוי: ‏CFA פראנק

פון המכלול
ווערסיע פון 10:32, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


לענדער אין אפריקע וואו מען ניצט דעם CFA פראנק.
רויט: צענטראל אפריקאנער CFA פראנק (XAF)
גרין: מערב אפריקאנער CFA פראנק (XOF)

דער CFA פראנק (פראנצויזיש: CFA franc) איז דער געזעצליכער צאלמיטל אין 12 לענדער פון אפריקע וואס זענען אמאל געווען פראנצויזישע קאלאניעס און אויך אין גינע-ביסאו (א געוועזענע פארטוגעזישע קאלאניע) און עקוואטארישע גינע (א געוועזענע שפאנישע קאלאניע). די פארקירצורענגען פון דער וואלוטע לויט ISO 4217 זענען: XAF פארן צענטראל אפריקאנער CFA פראנק און XOF פארן מערב אפריקאנער CFA פראנק. געזעצלעך זענען די צוויי CFA פראנקען באזונדערע וואלוטעס, אבער פראקטיש זענען זיי גאנץ ברייט אנגענומען ווי איין וואלוטע.

דער CFA פראנק האט א סטאבילן קורס קעגן דעם איירא: 100 CFA פראנק זענען ווערט איין פראנצויזישער פראנק = 0.152449 איירא.


נאמען

אין די יארן 1945-1958 איז CFA געווען די ראשי תיבות פון "פראנצויזישע קאלאניעס אין אפריקע" (פראנצויזיש: Colonies françaises d'Afrique). אין 1958 האט פראנקרייך אנגעהויבן געבן די קאלאניעס זעלבסטשטענדיגקייט, און אין אנהייב די 60ער יארן איז דער נאמען אפגעטייטשט אנדערש : "פראנצויזישע געמיינדע פון אפריקע" (פראנצויזיש: Communauté française d'Afrique). זייט דער זעלבסטשטענדיגקייט פון די לענדער טייטשט מען אפ די ראשי תיבות Communauté Financière Africaine (אפריקאנער פינאנציעלע געמיינדע).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!