זאב עלקין (העברעיִש: זאב אלקין; געבוירן ח' ניסן ה'תשל"א, דעם 3טן אַפּריל 1971) איז אַן ישראלדיקער פּאָליטיקער און א כנסת דעפוטאט פון דער נייע האפנונג פארטיי. ער דינט היינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג, מיניסטער פאר ירושלים און ירושה,
ביִאָגראַפֿיע
זאב עלקין איז געבוירן געוואָרן אין אין דער אוקראַיִנישער שטאָט כאַרקאָוו (דעמאלט – אין באַשטאַנד פונעם ראַטנפאַרבאַנד). ער האָט געלערנט מאַטעמאַטיק אינעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט זינט 1987 ביז 1990. אין 1990 איז ער געוואָרן דער שטעלפאַרטרעטער פונעם הויפּט פון דער ייִדישער קהילה פון כאַרקאָוו אטו דער גענעראַל-סעקרעטאַר פון דער באַוועגונג "בני עקיבא" אינעם ראַטנפאַרבאַנד. ער איז עולה געווען אין דעצעמבער 1990.
אין ישראל האָט ער זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, באַקומען די מדרגה פון באַקאַלאַוור אין מאַטעמאַטיק און די מדרגה פון מאַגיסטער אין געשיכטע.
אין סוף 1990ער יאָרן איז זאב עלקין געוואָרן אַ ראַטגעבער פונעם גענעראַל-דירעקטאָר פון דער ייִדישער אַגענץ (סוכנות) איבער די פראַגן פונעם רוסישן ייִדנטום. נאָך דעם, ווי אריאל שרון האָט געגרינדעט די פּאַרטיי "קדימה", איז זאב עלקין אַרײַנגעטראָטן אין איר. ער איז אַריין אין דער 17טער כנסת פון דער "קדימה"-רשימה. אין 2008 איז ער אַרויס פון ,קדימה" און אַרײַן אין "ליכוד"-פּאַרטיי. אין דער 18טער כנסת איז ער געווען דער פאָרזיצער פון דער רעגירונגס-קאָאַליציע. אין 2013, נאָך די וואַלן אין דער 19טער כנסת איז ער געוואָרן דער שטעלפאַרטריטער פונעם אויסערן-מיניסטער פון ישראל.
משפחה
זאב עלקין האָט חתונה געהאַט מיט סאָניא, און זיי האבן צוויי קינדער. נאָכן זיך גט׳ן האָט ער חתונה געהאַט מיט מאַריאַ, וועלכער האָט געדינט אַלס זיין פּאַרלאַמענטארישער באַהעלפֿער, פון וועמען זיי האָבן געהאט דריי קינדער. ער וואוינט אין פסגת זאב, ירושלים, וואו ער איז אריבער פון כפר אלדד אין גוש עציון צו לויפן פאר בירגערמייסטער.
וועבלינקען