פרשת האזינו
| |||||
פסוקים | דברים לב, א - לב, נב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 52 | ||||
צאל ווערטער | 614 | ||||
צאל אותיות | 2326 | ||||
אינהאלט | צוגרייטונגען צו פטירת משה, שירת האזינו, א באפעל פון השי"ת צו משה רבינו ארויפצוגיין אויף הר נבו און דארט שטארבן | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און ספרדים | שמואל ב' כב, א–נא | ||||
תימנים און איטאליענער | יחזקאל יז, כב - יח, לב |
פרשת הַאֲזִינוּ איז די צענטע פרשה פון ספר דברים. לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, הייבט זיך עס אן מיט דברים לב, א און ענדיגט דעם זעלבן קאפיטל מיט פסוק נב. אויך לויט די צעטיילונג פון סדרים, באשטייט די פרשה פון איין סדר. די 52 פסוקים פון די פרשה זענען איינגעטיילט אין דריי פרשיות פתוחות; דאס איז די איינציגע פרשה וואס עס איז נישט דא אין דעם קיין פרשה סתומה.
די הויפט טעמע אין די פרשה איז א שירה וואס משה רבינו האט אויסגעלערנט פאר די אידן הארט איידער זיין פטירה, וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער ”הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה”. עס שליסט זיך מיטן באפעל פון השי"ת אז משה זאל ארויפגיין דעם הר נבו וואו ער וועט נפטר ווערן.
פּרשת האזינו ווערט געליינט אין דעם שבת וואס איז צווישן ראש השנה און יום כיפור (שבת שובה), אדער אין שבת צווישן יום כיפור און סוכות.
פרשה אינהאלט
שירת האזינו
פרשת האזינו זעצט פאר די סעריע פון פרשיות צום סוף פון דער תורה, אין וועלכע עס ווערט פארציילט איבער די הכנות צום פטירה פון משה רבנו. כמעט דעם גאנצן פרשה פארנעמט דער שירת האזינו, וואס וועט דינען, ווי משה זאגט אין די פריערדיגע פרשה, אלס אן עדות פאר עם ישראל אויף וואס עס גייט פארקומען מיט זיי אין די קומענדיגע דורות. די שירה שילדערט דעם היסטארישן דורכגאנג פון אידישן פאלק: פון באקומען ארץ ישראל, ביז זינד, גלות און גאולה.
די שירה איז געבויט שורות'ווייז, וואס אין יעדע שורה זענען פארהאן צוויי מער-ווייניגער גלייכע טיילן, און יעדע טייל באשטייט פון ארום דריי ווערטער. אין ספר תורה ווערט עס געשריבן אויף א פארמאט וואס הייסט "אריח על גבי אריח", וואס טייטשט אז די שורות ווערן געשריבן אין צוויי חלקים מיט ליידיג פלאץ אינצווישן (דאס איז אין קעגנזאץ צו שירת הים, וואס ווערט געשריבן "אריח על גבי לבֵנה).
די בשורה פון פטירת משה
נאך די שירה איז דא צוויי קורצע פרשיות: אין די ערשטע ווערט געשילדערט ווי משה ליינט די שירה פאר די אידן, און ער ווארנט זיי נאכאמאל צו היטן די תורה: ”כִּי לֹא דָבָר רֵק הוּא מִכֶּם כִּי הוּא חַיֵּיכֶם וּבַדָּבָר הַזֶּה תַּאֲרִיכוּ יָמִים עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים אֶת הַיַּרְדֵּן שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ”. אין די צווייטע הייסט השי"ת פאר משה ער זאל ארויפגיין אויף הר העברים, וואס דאס איז הר נבו, צו ארום קוקן אויף ארץ ישראל, און דערנאך וועט ער דארט נפטר ווערן: ”עַל אֲשֶׁר מְעַלְתֶּם בִּי בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּמֵי מְרִיבַת קָדֵשׁ מִדְבַּר צִן עַל אֲשֶׁר לֹא קִדַּשְׁתֶּם אוֹתִי בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל.”
דער סדר פון די קריאה
די שירה איז צעטיילט אין זעקס טיילן, לויט די ראשי תיבות "הזי"ו ל"ך". עס זענען דא אסאך דעות וויאזוי צו טייטשן דעם סימן.
אין בית המקדש פלעגן די לויים זאגן איין חלק יעדן שבת, אלס שיר פון קרבן מוסף[1]. אויך ביי קריאת התורה ווערן די ערשטע זעקס עליות איינגעטיילט אויף דעם סדר, ביז דער סוף פון די שירה[2], און דער זיבעטער ליינט פון נאך די שירה ביז דער סוף פון די פרשה[3].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
- השא יאר און הכז יאר, השג יאר און החא יאר - אין ג' בתשרי
- זשג יאר און זחא יאר, זשה יאר און זחג יאר - אין ח' בתשרי
- גכה יאר און גכז יאר - אין י"ב בתשרי
- בשה יאר און בחג יאר, בשז יאר און בחה יאר - אין י"ג בתשרי
הפטורה
אויב מען ליינט דעם פרשה ביים שבת צווישן ראש השנה מיט יום כיפור, ליינט מען די הפטרה "שובה ישראל", און דערפאר ווערט אנגערופן דער שבת 'שבת שובה'. אנדערש, איז מען מפטיר ביי שירת דוד, שמואל ב' כב, א–נא. און די תימנים און די איטלקים זענען מפטיר ביי יחזקאל יז, כב - יח, לב. אין חומש פון מנהגי רומניה (קושטא רס"ה), איז דערמאנט ביידע מנהגים.
לויט איין מנהג וואס עס איז דערמאנט אין 'קונטרס פוזנא', איז ביים שבת צווישן ראש השנה מיט יום כיפור איז מען מפטיר "דרשו ה' בהמצאו", און ביים שבת צווישן יום כיפור מיט סוכות איז מען מפטיר "שובה ישראל".
רעפרענצן
- ↑ ראש השנה לא, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות תמידים ומוספין, פרק ו', הלכה ט'.
- ↑ ראש השנה לא, א; תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק ג', הלכה ז'; מסכת סופרים יב ז; משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה ה'; טור און שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ה'.
- ↑ רש"י, ראש השנה לא, א, ד"ה כך חלוקין; טור און שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ה'.