באַניצער:שווערמער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

"געדיכט! געדיכט!", דער דיכטער שרייט געוואלד,
זיין קול הילכט אפ ווי טיף אין וויסטן וואלד,
"וואו טרעף איך דיר? וואו זעה איך דיר? געדיכט!
באווייז זיך שוין, געדיכט, דיין שיין געזיכט".

אמאל האב איך געקענט געדיכטן שרייבן,
פאעזיע, זיסע גראמען, מלא חן,
א מוזע, אינספיראציע, פלעגט זיי טרייבן,
און פרוכטן פיינע פירות, גוט און שיין,

פון זיך אליין זיי פלעגן זיך צופליסן,
ווי וואסער פון א קוואל זיי פלעגן גיסן,
און נעבעך היינט איך פלאג זיך מיטן לאגע,
"א גראם, צי נישט קיין גראם?" דאס איז די פראגע.

גיי דיר, "רייטערס בלאק", וויזוי מען רופט דיר,
גיי, און קום נישט צוריק ביז ווען איך זוך דיר.

שווערמער
בלעטער | ארטיקלען | אלטע