רבי יוסף מאיר ווייס

פון המכלול
גרינדער פון חסידות ספינקא (ה'תקצ"ח–ה'תרס"ט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער אמרי יוסף פון ספינקא
רבי יוסף מאיר ווייס
געבורט י"ח אדר ה'תקצ"ח
מונקאטש
פטירה ו' אייר ה'תרס"ט (אלט: 71)
ספינקא
מקום קבורה ספינקא; סגולה בית החיים אין פתח תקוה
רבי'ס מהר"ם א"ש; רבי שלום רוקח פון בעלזא; רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב און נאך
ספרים אמרי יוסף
דינאסטיע ספינקא
ערשטער ספינקער רבי
ט' סיון ה'תרל"גו' אייר ה'תרס"ט
נוסח פון זיין מציבה
פ"נ
יחיד וגדול לדורו ורבים הלכו לאורו
ו שאבו מימי בארו ולבבם נתלהבו מאורו
סעודתו עם חסידים ועניים ואביונים
פה מפיק מרגליות לטהר את הלבבות
מאיר לדורשיו בעצתו ומסר נפשו בתפלתו
אהבתו לישראל וענותנותו מי ימלל
ישועות פעל לקרובים וגם לרחוקים
ראש ל"ג עמודים תורה ועבודה וגמילות חסדים
ה"ה גאון ישראל וקדושו רכבו ופרשו
בוצינא דנהורא מנורה הטהורה ארי שבחבורה
מרן
יוסף מאיר
בהרה"צ מו"ה שמואל צבי זצללה"ה
נשמתו עלתה השמימה
ביום ג' ו' ימים לחודש אייר
כ"א לעומר שנת תרס"ט
ת נ צ ב " ה

רבי יוסף מאיר ווייס פון ספינקא (מונקאטש, י"ח אדר ה'תקצ"חספינקא, ו' אייר ה'תרס"ט), איז געווען א רבי, רב און מקובל, באקאנט אלס דער אמרי יוסף אויפן נאמען פון זיין ספר. ער איז געווען דער גרינדער פון חסידות ספינקא.

ביאגראפיע

רבי יוסף מאיר איז געבוירן געווארן אין מונקאטש, (דאן אונטערן עסטרייכער אימפעריע, היינט אוקראינע), צו רבי שמואל צבי ווייס וואס האט געדינט דארט אין שטאט אלס אב"ד[1], און צו צירל טאכטער פון רבי צבי הירש עסטרייכער[2].

ער האט געלערנט ביי רבי מאיר אייזנשטאטער דער מהר"ם א"ש פון אונגוואר, רבי שמואל שמעלקא קליין רב פון סעליש, און ביי זיין פעטער רבי יצחק אייזיק ווייס רב פון סוואליאווע. פון די יוגנט האט אים געצויגן צו חסידות און ער פלעגט פארן צו רבי שלום רוקח פון בעלזא און צו דער "צמח צדיק" פון וויזשניץ.
אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך דערנענטערט צו רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב, און ער איז געווארן פאררעכנט אלס דער חשוב'סטער תלמיד ביי אים; פון אים האט ער מקבל געווען זיין גאנג אין חסידות. אויך האט ער אנגעהאלטן שייכות מיט רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז.

אין יאר ה'תרי"ד האט רבי יוסף מאיר חתונה געהאט בזיווג ראשון, צו א טאכטער פון הנגיד רבי מרדכי אריה כהנא פון בארשא; זי איז אוועק דריי יאר דערנאך אן צו לאזן קינדער נאך זיך. דערנאך האט ער חתונה געהאט צו א טאכטער פון רבי מאיר פון די חשובי הקהל אין מונקאטש, און געהאט מיט איר דריי טעכטער. זיין צווייטע פרוי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ל. דאן, אין ל"ג בעומר פון יענעם יאר, האט ער חתונה געהאט צו פערל א טאכטער פון הנגיד רבי עזרא יעקב באש פון ספינקא[3], וואס דאן איז ער אריבער וואוינען אין ספינקא.

ער איז אוועק אום ו' אייר ה'תרס"ט, און איז באערדיגט געווארן אין ספינקא. אין יאר ה'תשל"ב האט מען אים ארויפגעברענגט קיין ארץ ישראל, און געלייגט אין סגולה בית עולם אין פתח תקווה[4].

פירערשאפט

אין יאר ה'תר"ל האט זיין רבי אים אויפגענומען אלס א רבי און מנהיג פאר אידן, אבער ער האט זיך אפגעהאלטן פון צו פירן רעביסטעווע ווילאנג זיין רבי האט נאך געלעבט. נאך די פטירה פון זיין רבי'ן, אום ט' סיון ה'תרל"ג, האבן עטליכע חסידים אים אויפגענומען אלס רבי אין ספינקא[5]. א גרעסערע טייל פון די חסידים פון זיין רבי'ן האבן זיך אונטערגעווארפן זיין הנהגה, חוץ פון מאסן אנדערע אידן פון אונגארן און גאליציע וועלכע זענען געקומען צו אים צו פארן. צווישן זיינע חסידים זענען געווען פאררעכנט דער מהרש"ם און נאך גדולי תורה.

רבי יוסף מאיר איז געווען בארימט מיט זיין כח אין תורה ובפרט אין חלק הקבלה, און מען האט פארציילט אז אפילו צאנזער רב האט אים געפרעגט שאלות אין תורת הנסתר. ווי ער האט מקבל געווען ביי זיין רבי'ן אין זידיטשוב, האט ער זיך געהאלטן צו די אריגינעלע קבלת האר"י אן קיין טוישונגען[6].

זיין חסיד'ישע תורה איז פארשריבן אין זיין גרויסן ספר "אמרי יוסף", וואס איז אויך הויפטזעכליך באזירט אויף קבלת האר"י. אויך איז פארהאן דברי תורה פון אים אין ספר 'ליקוטי מהרי"א' פון זיין רבי'ן, וואס ער האט געדרוקט. אין יאר ה'תשע"ד זענען אנטפלעקט געווארן נאך כתבי ידות פון אים, אנטהאלטנדיג הגהות אויף ספר פרי עץ חיים[7].

רבי יוסף מאיר האט זיך קעגנגעשטעלט צו ציונות, און האט אויפגעפאדערט זיך צו דערווייטערן פון אנהענגער אין דעם באוועגונג[8].

פאמיליע

פון זיווג שני האט ער געהאט ווי פאלגנד:

  • זיין טאכטער צירל, פרוי פון רבי נחמן כהנא, אב"ד ספינקא און א באקאנטער פוסק, מחבר ספר "ארחות חיים".
  • זיין טאכטער מלכה, פרוי פון זיין שטיף זון[9] רבי אביגדור פאללאק.
  • זיין טאכטער אלטע חנה, פרוי פון רבי אברהם יקיר רובינשטיין אייניקל פון דער מהרש"ם פון ברעזשאן, און בזיווג שני פרוי פון רבי יעקב משה סאפרין פון קאמארנא.

פון זיווג שלישי האט ער געהאט:

רבי יוסף מאיר האט געהאט א ברודער רבי אהרן, א רב און אדמו"ר אין באנדיקאוויטש, איידעם פון רבי יהושע העשיל פריד פון קאפיש.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. זון פון רבי אברהם ווייס, תלמיד פון רבי יצחק אייזיק פון קאליב, וואס איז אויפן עלטער ארויף קיין ארץ ישראל, און ליגט אין די אלטע בית עולם פון טבריה
  2. א תלמיד פון דער חוזה פון לובלין און א דיין אין דער בית דין פון דער בני יששכר
  3. די אלמנה פון רבי יונתן בנימין פאללאק. דער צאנזער רב האט איר געהאט אנגעווינטשן אז זי וועט נאך חתונה האבן צו א גרויסן תלמיד חכם
  4. רבי יוסף מאיר ווייס אויף GRAVEZ
  5. מנשה אונגאר, ספר קדושים: רביים אויף קידוש-השם. פארלאג שולזינגער ברידער, ניו יארק 1967, זייט 306
  6. גרשום שלום אין 'קבלה' ארטיקל, האנציקלופדיה העברית, כרך כ"ט, זייט 99
  7. א טייל איז געדרוקט געווארן דורך זיין אייניקל רבי אברהם אביש ווייס
  8. קובץ תל תלפיות ט"ו אב תרס"ד, געברענגט אין ספר משכנות הרועים חלק א' עמוד רכ"ו
  9. זון פון זיין דריטע פרוי מיט רבי יונתן בנימין פאללאק
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל