בן בג בג

פון המכלול
ווערסיע פון 01:42, 15 יוני 2023 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> רבי יוחנן בן בג בג איז געווען א תנא אין די תקופה פון די זוגות, אין די דור פון הלל הזקן. זיין מימרא אין פרקי אבות ווערט דערמאנט צוזאמען מיט בן הא הא'ס, וואס האט געהאט אן ענליכן נאמען און ענליכן געשיכטע....')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יוחנן בן בג בג איז געווען א תנא אין די תקופה פון די זוגות, אין די דור פון הלל הזקן. זיין מימרא אין פרקי אבות ווערט דערמאנט צוזאמען מיט בן הא הא'ס, וואס האט געהאט אן ענליכן נאמען און ענליכן געשיכטע. רבי אברהם זכות האלט אז בן בג בג און בן הא הא זענען דער זעלבער מאן[1].

לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זענען נעמען זייערע זענען אר רמז דערויף: ה', און "בג" וואס איז גמטריא ה', צייגט אויף אברהם און שרה צו וועמען מען האט צוגעלייגט א ה' צום זייער נאמען[2]. רבי שמואל די אוזידא זאגט אז די צונעמען האט מען זיי געגעבן זיי צו באהאלטן פון די רומישער קעניגרייך וואס פלעגט נאכיאגן גרים[3], און דער תוספות יום טוב שרייבט אז זיי האבן נישט מאריך ימים געווען און דערפאר האט מען זיי נישט גערופן ביים נאמען, אזוי ווי מען טרעפט ביי בן עזאי.

אין נאמען פון בן בג בג ווערט געברענגט אין פרקי אבות דער פאלגענדער מימרא:

הפוך בה והפוך בה דכולא בה, ובה תחזי וסיב ובלה בה ומנה לא תזוע, שאין לך מדה טובה הימנה

אויסערדעם ווערן געברעגנט דורכאויס ש"ס פארשדענע הלכות אין זיין נאמען[4].


רעפערענצן

  1. ספר יוחסין מאמר א אות ה
  2. תוספות, חגיגה ט, ב, ד"ה בר הי
  3. מדרש שמואל אבות ה כב
  4. {{|בבלי|בבא קמא|כז|ב}}; קידושין י, ב; עירובין כז, ב; פסחים צו, א