רבי מאיר יוסף רובין

פון המכלול
ווערסיע פון 08:09, 2 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פארראכטן פּאראמעטערס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רבי מאיר יוסף רובין.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רבי מאיר יוסף רובין.
קערעסטירער רבי
רבי מאיר יוסף רובין
געבורט ה'תרנ"ט
בריזדאוויטש
פטירה ט"ו סיון ה'תש"ד (אלט: 45 בערך)
אוישוויץ
רבי'ס רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער
דינאסטיע קערעסטיר
דריטער קערעסטירער רבי

רבי מאיר יוסף רובין הי"ד (ה'תרנ"ט - ט"ו סיון ה'תש"ד), איז געווען דער דריטער קערעסטיר'ער רבי.

ביאגראפיע

ר' מאיר יוסף איז געבוירן געווארן אין בריזדאוויטש צו רבי ברוך רובין[1] דער דארטיגער רב, און שרה שלאמצא טאכטער ​​פון רבי מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב[2], זון פון רבי יצחק יצחק פון זידיטשוב.

ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער אב"ד מאד, מחבר פון ספר לבושי מרדכי וואס האט אים אויך מסמיך געווען להוראה.

אום ב' כסלו ה'תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל[3] טאכטער פון רבי אברהם שטייענר פון קערעסטיר, זון פון רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, ווי ער איז געזעצן אויף קעסט זעקס יאר. די זיידע ר' ישעי'עלע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, ווי פארציילט אז בעפאר וואס ער איז אוועק, האט ער זיך פארשפארט אינאיינעם מיט ר' מאיר יוסף אויף א שטיק צייט.

זיין שווער ר' אברהם האט איבערגענומען זיין פאטער'ס פלאץ אין רעביטעווע אין קערעסטיר, און קוים צוויי אוטן צוואנציג חדשים דערנאך איז ער אויך אוועק, און זיין איידעם ר' מאיר יוסף איז אויפגענומען געווארן אלס רבי, אויפן באפעל פון זיין שווער, דארט אויפן ארט.

ר' מאיר יוסף איז אומגעקומען ט"ו סיון תש"ד אויף קידוש השם אין אושוויץ קאצעט, הי"ד.

האט ווייטער אנגעפירט די צדקה און חסד מיט הכנסת אורחים ווי זיין שווער רבי אברהם אויפן באפעל פון זיין זיידע ר' ישעי'עלע. איז געווען אויסגעצייכנט אין התמדה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות[4].

אום כ"ג ניסן ה'תש"ד האבן די נאציס באפוילן אז אלע קערעסטיר'ע אידן זאלן זיך צוזאם נעמען אין הויף פון שטאטי'שן שוהל, און אום כ"ה ניסן זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום געטא אין אוהעל, און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום מיאוס'ן טויט אין אוישוויץ ווי זיי זענען אומגעקומען אום ט"ו סיון.

ס'זענען געדרוקט דברי תורה פון אים, אין ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע.

פאמיליע

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

קאַטעגאָריע:ראפשיץ מוסטער:מקורות

קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען קאטעגאריע:אדמו"רים הונגרים קאטעגאריע:רבנים שנספו במחנה ההשמדה אושוויץ

רעפערענצן

  1. אייניקל פון דער אור לשמים פון אפטא, רבי אלימלך פון ליזשענסק, קאזשניצ'ער מגיד, און רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
  2. איידעם פון רבי חיים אברהם פון מיקאלייעוו איידעם פון רבי מאיר פרעמישלאנער.
  3. זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ע.
  4. הקדמה צו ספר דברי שמואל פון רבי שמואל זאב ראטה אב"ד אוהעל;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פרשת גדולת מרדכי, עמוד 26.