רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי
געבורט |
1928 ה' תמוז ה'תרפ"ח קראקא, פוילן | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | כ"ג תשרי ה'תשמ"ב (אלט: 53 בערך) | ||||
למד ב | תורה ודעת | ||||
טעטיגקייט אָרט | דענווער | ||||
תקופת הפעילות | ה'תש"ה–ה'תשמ"ב (בערך 37 יאָרן) | ||||
השתייכות | הארנסטייפל | ||||
ווייב | לאה הינדא לייפער | ||||
|
רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי (ה' תמוז ה'תרפ"ח, 1928 - כ"ג תשרי ה'תשמ"ב, 1981) איז געווען דער הארנסטייפלער רבי, און רב פון דענווער קאלאראדא.
ביאגראפיע
רבי בן ציון איז געבוירן אין קראקא צו רבי יעקב ישראל טווערסקי[1], דער דריטער הארנסטייפלער רבי. מ'האט אים א נאמען געגעבן "שלמה משולם זושא" נאך זיינע זיידעס רבי שלמה פון באבוב, און רבי משולם זושא פון האניפאלי, זיין זיידע רבי בן ציון יהודה לייב האט מעיד געווען אויף אים, ווען ער איז געווען 18 יאר אלט, אז ער קען דעם ספר עץ חיים פון רבי חיים וויטאל אזוי ווי א איד קען 'אשרי'. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, אין זיין יוגנט האט ער באקומען פריוואטע לעקציעס, און שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבה תורה ודעת, ביי רבי שרגא פייבל מענדעלאוויטש און רבי שלמה היימאן וואס האבן אים זייער ליב געהאט, אין ישיבה האט ער אנגעפירט די חבורה פון די חסיד'ישע בחורים.
ער האט חתונה געהאט מיט לאה הינדא, די טאכטער פון רבי יוסף לייפער, פיטסבורגער רבי. אין תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דענווער קאלאראדא. ראש השנה תשכ"א איז ער אריינגענומען געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקהייט און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. יום כיפור אין יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, און צוליב דעם אוממעגלעכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי, זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען, "בן ציון" און "חיים"[2]. די קרענק אבער האט אים נישט אפגעלאזט ביז צו זיין טויט און אין די יארן האט ער געמוזט דורכגיין פיל באהאנדלונגען און אפעראציעס. אום 1966 איז ער געווען אין ארץ ישראל במשך פון 9 חדשים.
י' אב תשל"ג, ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן האט ער - לויט די צוואה[3] - איבערגענומען די הארנסטייפלער רבי'סטווע, אבער ער האט נישט אפגעלאזט דענווער, און ער האט געשטעלט זיין יונגסטער ברודער רבי מיכל זאל זיין דער רב אין טאטנ'ס בית מדרש, ער האט אסאך געהאט צו טאן מיט דער פארשפרייטונג פון אידישקייט, און מחזק זיין בעלי תשובה. ער האט געארבעט פאר די כשר'ע שחיטה אין אמעריקע. ער איז נפטר געווארן שמחת תורה תשמ"ב.
אין יאר תשס"ו האט זיין אייניקל געדרוקט דאס ספר "מלכות שלמה" וואס אנטהאלט זיינע דברי תורה, און מעשיות אויף אים, אין יאר תשע"ו האט ער איבער געדריקט דעם ספר אין לעיקוואוד.
זיינע ממשיכים
- זיין ברודער רבי יחיאל מיכל האט גע'ירש'נט זייער טאטנ'ס בית מדרש, אנהייב האט ער געדינט אלס רב, און נאך זיין ברודערס פטירה אויך אדמו"ר.
- זיין זון רבי מרדכי דוב בער טווערסקי האט זיין בית מדרש אין פלעטבוש, ער קאָמפּאָזירט אויך פילע ניגונים.
- זיין איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן איז הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל, לאנגע יארן איז ער געווען אין "סנהדריה" געגנט אין ירושלים, און תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.
דרויסנדע לינקס
- זיין ספר מלכות שלמה.
רעפערענצן
- ↑ זון פון רבי יהודה לייב זון פון רבי מרדכי דוב טווערסקי, און איידעם פון זיין קאזין רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב (וועלכער איז אויך געווען א אייניקל פון רבי מרדכי דוב).
- ↑ חוץ פון דעם סגולה אויף אריכות ימים אין די נעמען, איז עס אויך אויפן נאמען פון זיינע זיידעס: רבי בן ציון האלבערשטאם און רבי חיים פון צאנז.
- ↑ דער לשון פון צוואה איז: "אך תהילה לא-ל שיפה כח הבן מכח האב ושבני הרה"ג והצדיק הר"ר בן ציון חיים שלמה משולם זושא שליט"א כוחו יותר טוב ממני והוא בחכמתו וביראתו הקודמת ובצדקתו ידע איך לנהל ולהגביר ולהאדיר את תורת החסידות אשר ירשתי מדור דור".
קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען קאַטעגאָריע:צאנז קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם