רוי:רבי יחיאל נתן האלבערשטאם

פון המכלול
ווערסיע פון 12:26, 24 אפריל 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יחיאל נתן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ה - ז' ניסן ה'תרצ"ד), רב אין בארדיאוו

אפשטאם

רבי יחיאל נתן איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער רבי משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון רבי אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

רבנות

רבי יחיאל נתן האט נאך אריין געכאפט צו קענען זיין זיידען דעם צאנזער רב, און זיך איינזאפּען מיט זיין קדושה. אין יאר ה'תרמ"ה איז ער געווען רב אין אלט-צאנז, אין יאר ה'תרס"ד איז ער געווארן רב אין בארדיאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי יחיאל נתן איז נפטר געווארן, ז' ניסן ה'תרצ"ד, (אדער ה'תרצ"ג).

פאמיליע

רבי יחיאל נתן האט געהייראט מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון רבי אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון זיין עלטער-פעטער דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקעלע לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!