רבי יוסף מאיר ווייס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ קינדער3, באשרייבונג, ווייב3, ווייב2, ווייב1, מוטער, פטירה סיבה, קינדער2, פאריגער, הויף ארט, קינדער1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ נומער אין דינאסטיע, פירערשאפט, פאטער, זיינע רביס, קבורה ארט, עיקר חיבור, נאכפאלגער, חסידות ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| געבורט |
י"ח אדר ה'תקצ"ח מונקאטש |
|---|---|
| פטירה |
ו' אייר ה'תרס"ט ספינקא |
| ספרים | אמרי יוסף |
רבי יוסף מאיר ווייס פון ספינקא (מונקאטש, י"ח אדר ה'תקצ"ח – ספינקא, ו' אייר ה'תרס"ט), איז געווען א רבי, רב, מקובל און מחבר ספרים, זייענדיג באקאנט אלס דער אמרי יוסף אויפן נאמען פון זיין ספר. ער איז געווען דער גרינדער פון חסידות ספינקא.
ביאגראפיע
רבי יוסף מאיר איז געבוירן געווארן אין מונקאטש, (אין יענע יארן אונטערן עסטרייכער אימפעריע, היינט אוקראינע), צו רבי שמואל צבי ווייס וואס האט געדינט דארט אין שטאט אלס אב"ד[1], און צו צירל טאכטער פון רבי צבי הירש אסטרייכער[2].
ער האט געלערנט ביי רבי מאיר אייזנשטאטער דער מהר"ם א"ש און רב פון אונגוואר, רבי שמואל שמעלקא קליין רב פון סעליש, און ביי זיין פעטער רבי יצחק אייזיק ווייס רב פון סוואליאווע. פון די יוגנט האט אים געצויגן צו חסידות און ער פלעגט פארן צו רבי שלום רוקח פון בעלזא און צו דער "צמח צדיק" פון וויזשניץ.
אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך דערנענטערט צו רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב, און ער איז געווארן פאררעכנט אלס דער חשוב'סטער תלמיד ביי אים, און פון אים האט ער מקבל געווען זיין גאנג אין חסידות. אויך האט ער אנגעהאלטן שייכות מיט רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז.
רבי יוסף מאיר האט חתונה געהאט בזיווג ראשון צו א טאכטער פון הנגיד רבי מרדכי אריה כהנא; זי איז אוועק דריי יאר דערנאך אן צו לאזן קינדער נאך זיך. דערנאך האט ער חתונה געהאט צו א טאכטער פון רבי מאיר פון די חשובי הקהל אין מונקאטש, און געהאט מיט איר דריי טעכטער. דערנאך האט ער חתונה געהאט צו פעריל א טאכטער פון הנגיד רבי עזרא יעקב באש פון ספינקא[3], וואס דאן איז ער אריבער וואוינען אין ספינקא.
ער איז געווען בארימט מיט זיין כח אין תורה ובפרט אין חלק הקבלה, און מען האט פארציילט אז אפילו צאנזער רב האט אים געפרעגט שאלות אין תורת הנסתר. ווי ער האט מקבל געווען ביי זיין רבי'ן אין זידיטשוב, האט ער זיך געהאלטן צו די אריגינעלע קבלת האר"י אן קיין טוישונגען[4].
זיין חסיד'ישע תורה איז פארשריבן אין זיין גרויסן ספר "אמרי יוסף", וואס איז אויך הויפטזעכליך באזירט אויף קבלת האר"י. אויך איז פארהאן דברי תורה פון אים אין ספר 'ליקוטי מהרי"א' פון זיין רבי'ן, וואס ער האט געדרוקט. אין יאר ה'תשע"ד זענען אנטפלעקט געווארן נאך כתבי ידות פון אים, אנטהאלטנדיג הגהות אויף ספר פרי עץ חיים[5].
רבי יוסף מאיר האט זיך קעגנגעשטעלט צו ציונות, און האט אויפגעפאדערט זיך צו דערווייטערן פון זיי[6].
ער איז אוועק אום ו' אייר ה'תרס"ט, און איז באערדיגט געווארן אין ספינקא. אין יאר ה'תשל"ב האט מען אים ארויפגעברענגט קיין ארץ ישראל, און געלייגט אין סגולה בית עולם אין פתח תקוה.
פירערשאפט
נאך אום יאר ה'תש"ל האט זיין רבי אים אויפגענומען אלס א רבי און מנהיג פאר אידן, אבער ער האט זיך אפגעהאלטן פון צו אויפנעמען רבנות ווי לאנג זיין רבי האט נאך געלעבט. נאל די פטירה פון זיין רבי'ן אום ט' סיון ה'תרל"ג האבן אפאר פון די חסידים אים אויאלס רבי, אין ספינקא[7], און זייט דעמאלט האבן א גרעסערע טייל פון חסידים פון זיין רבי'ן, זיך מסתופף געווען ביי אים א חוץ די אללע אידן פון אונגארן און גאליציע וואס זענען געקומען צו פארן צו אים. אויך דער מהרש"ם און נאך גדולי התורה זענען געווען פאררענט אלס זיינע חסידים.
פאמיליע
פון זיווג שני האט ער געהאט ווי פאלגנד:
- זיין טאכטער צירל, פרוי פון רבי נחמן כהנא, אב"ד ספינקא מחבר ספר "ארחות חיים".
- זיין טאכטער מלכה, פרוי פון זיין אויפגעהאדעוועטע זוהן[8] רבי אביגדור פאללאק.
- זיין טאכטער אלטע חנה, פרוי פון רבי אברהם יקיר רובינשטיין, אייניקל פון רבי שלום מרדכי הכהן שוואדראן דער מהרש"ם פון ברעזשאן, און בזיווג שני פרוי פון רבי יעקב משה סאפרין פון קאמארנא.
פון זיווג שלישי האט ער געהאט:
- זיין זוהן רבי יצחק אייזיק ווייס דער חקל יצחק וואס האט איבערגענומען זיין טאטע, איידעם פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון ווערעצקי בעל ה'מלבוש לשבת ויו"ט' (ווערט אנגערופן 'בעל המלבוש).
האט געהאט א ברודער רבי אהרן, רב און רבי און באנדיקאוויטש, איידעם פון רבי יהושע השיל פריד פון קאפיש.
דרויסנדע לינקס
ספרי אמרי יוסף אויף HebrewBooks זייטל:
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף חלק א', ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף חלק ב', ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף חלק ג', ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף חלק ד', ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף חלק ה', ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף מועדים, ניו יורק, תשל"ח
- רבי יוסף מאיר ווייס מספינקא, אמרי יוסף מועדים, ניו יורק, תשל"ח
- פאר יוסף תולדות און מעשיות, אויף אוצר החכמה זייטל.
ליינט מער
- צדיק כתמר יפרח.
- עליה לציון.
- מעשה פלא אויף דרשו זייטל.
רעפערענצן
- ↑ זון פון רבי אברהם ווייס, תלמיד פון רבי יצחק אייזיק פון קאליב, וואס איז אויפן עלטער ארויף קיין ארץ ישראל, און ליגט אין די אלטע בית עולם פון טבריה.
- ↑ א תלמיד פון דער חוזה פון לובלין און דער בני יששכר.
- ↑ זי איז געווען די אלמנה פון רבי יונתן פאללאק.
- ↑ גרשום שלום אין 'קבלה' ארטיקל, האנציקלופדיה העברית, כרך כ"ט, זייט 99.
- ↑ א טייל איז געדרוקט געווארן דורך זיין אייניקל רבי אברהם אביש ווייס.
- ↑ קובץ תל תלפיות ט"ו אב תרס"ד, געברענגט אין ספר משכנות הרועים חלק א' עמוד רכ"ו.
- ↑ מנשה אונגאר, ספר קדושים: רביים אויף קידוש-השם. פארלאג שולזינגער ברידער, ניו יורק 1967. זייט 306.
- ↑ זוהן פון זיין דריטע פרוי, זוהן פון רבי יונתן פאללאק.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער