רוי:האקנקרייץ

פון המכלול
ווערסיע פון 06:26, 11 אקטאבער 2018 דורך YI>Komap (אילוסטראציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

האקנקרייץ (ענגליש: swastika) איז א קרייץ (צלם) וואס אנשטאט איר שפיצן זאל זיך ענדיגן ווי געווענליך, דרייט זיך עס איין צו רעכטס אדער צו לינקס. די ארגינעלע האקנקרייץ איז גלייך, אבער עס איז באקאנט דאס וואס עס איז אויסגעדרייט 45 גראד. דער אינדיאנישער האקענקרייץ פארמאגט אויך א פינטל ביי יעדע ליידיגע באקס.

סוואַסטיקאַ אין הינדו טראדיציע

די היסטאריע פון דעם האקנקרייץ גייט צוריק נאך צו די פריערדיגע יארן ווען מען האט זיך באזעצט אין אייראפע. דער האקנקרייץ איז א הייליגע סימבאל ביי בודהיזם און הינדואיזם. ביי בודהיזם האט דער צלם געדינט אלץ א סימבאל פון די פיר גייסטישע יסודות (אש מים רוח עפר). אין אנפאנג פונעם צוואנציגסטן יאר הונדערט האט דער האקנקרייץ געדינט פילע אלץ א סימבאל פון פרייליכקייט און הצלחה.

ווען דער נאצישע פארטיי איז ארויף אין מאכט אין דייטשלאנד האבן זיי גענומען דעם האקנקרייץ אלץ דער סימבאל פון נאציזם, אויפרעגעניש, און די וועלט מלחמות. און איז נאך היינט דער סימבאל פון נעא נאציזם. צוליב דעם איז אין רוב ציוויליזירטע לענדער דאס באנוץ מיטן סימבאל א געזעץ פארלעצונג, אין א גרויסן טייל פון זיי אלס אנטיסעמיטיזם. פארט ווערט נאך דער סימבאל שטארק באנוצט אין די גלויביגע אומציוויליזירטע קולטורן.

דאס ווארט האקנקרייץ שטאמט פון דייטש. מעגליך צוליב איר אויסקוק ווי א האק פון אלע זייטן.

אין ארכעאלגישע גראבונגען אין ישראל האט מען אויסגעפונען אז אידן האבן זיך נאך באנוצט מיט דעם סימבאל אין די צייטן פונעם בית המקדש, אלץ סימן פאר מזל און ברכה.[מקור פארלאנגט]