באַניצער:נאר איך/סידור הרב - בעל התניא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סידור הרב
שער בלאט פון ערשטע מהדורה
שער בלאט פון ערשטע מהדורה
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שניאור זלמן פון ליאדי דער בעל התניא
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות אנגלית, רוסית, צרפתית וספרדית
סוגה ספרות תורנית - חסידות
הוצאה
הוצאה קה"ת

סידור הרב (סידור רבינו הזקן. סידור עם דא"ח. סדר תפילות מכל השנה.)איז א סידור מיטן נוסח התפילה און מנהגים פון חב"ד, מיט הלכות, און מאמרי חסידות, דער סידור האט געמאכט דער ערשטער רבי פון חב"ד, רבי שניאור זלמן פון לאדי (רש"ז) דער בעל התניא, דער נוסחו על פי "נוסח האריז"ל" באופן שיתאים לכוונות האר"י.


אונטערגרינד

איינע פון די באקענטסטע שינוים וואס חסידות האט געמאכט איז אז זיי האבן געביטן דעם נוסח התפילה וואס איז געווען מקובל און מזרח אירופה אין יענע צייטן,-נוסח אשכנז, און אנגעהויבן דאווענען נוסח ספרד, וויל זיי האבן געוואלט דאווענען נוסח האר"י, וואס דאס האט מעורר געווען א שטארקע התנגדות פון די מתנגדים אויף חסידות, וואס האבן געטאנ'עט אז עס איז קעגן הלכה צו בייטן די מסורת [1]. ווען דער 'בעל התניא' איז געזעצן אין תפיסה -אין יאר תקנ"ט, האבן אים די חוקרים געפרעגט צו דאס וואס די חסידים דאווענען אין א נייע נוסח איז- וויל חסידות איז א נייע דת, האט ער זיי גענטפערט:

"אונז דאווענען דער נוסח וואס גאנץ כלל ישראל דאוונט, און דאס איז דער עיקר דאווענען ביי אונז, נאר על פי קבלה לייגן מיר צו אסאך מאל פסוקום און קאפיטלאך פון תהילים, און דאס איז נישט קיין נייער דת." במקור-"אנו מתפללין הנוסח שמתפללין כל ישראל, וזהו עיקר התפלה אצלנו, רק שעל-פי הקבלה לפעמים אנו מוסיפים תיבות ומזמורים ופסוקים מתהלים, ואין זו דת חדשה"

רש"ז מלאדי, תיק החקירה אין ארכיון פון דער גנרל פרוקור אין פטרבורג[2]

דער עיקר כוונה מיטן נייעם נוסח האט מען געמיינט דעם פשט'ן ציבור. כדי זיי זאלן דאווענעם על פי אר"י אן דארפן צולייגן כוונות וכדומה. אבער במציאות האט קיינער פון די צווי ערשטע דורות פון חסידות נישט געדרוקט קיין סידור [3] (עס קען זין אז די סיבה איז געווען וועגן דעם גרויסן התנגדות צום נוסח)[4].


סידור הרב

אינעם דריטן דור פון חסידות, האט רבי שניאור זלמן מלאדי דער בעל התניא, און ערשטער רבי פון חב"ד, ארויסגעגעבן א סידור מיט א מסודר'דיגן נוסח, וואס יעדער קען ניצן, און צוגעלייגט הלכות וואס איז נוגע צום סדר התפילה [סדר היום און ימים טובים] . עס איז דא וואס טענה'ן אז דאס איז דער ערשטער סידור מיטן חסידישן נוסח[5], האבער בעצם איז שוין געווען סידורים וואס תלמידי הבעש"ט האבן ארויסגעגעבן- מיוסד אויף קבלה, נאך פאר דעם[6]. אין ספר "בית רבי" ברענגט ער אז זיין אייניקל, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן דער צמח צדק, האט דער על התניא געשריבן זיין סידור נאכן דורכטון זעכציג אנדערע נוסחאות און סידורים[7].


.

  1. זע מרדכי וילנסקי, חסידים ומתנגדים (בהוצאת מוסד ביאליק), כרך ראשון עמ' 45
  2. עס איז געדרוקט אין
    שגיאות פרמטריות במוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אגרות קודש אדמו"ר הזקן חלק ב', איגרת ו', אות ט"ו. א בילד פון זיין כתב יד (מקור) אין
    שגיאות פרמטריות במוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מבוא להגהות לסידור רבינו הזקן, עמוד 5
  3. אפילו דער בעל שם'ס סידור איז בנוסח אשכנז
  4. הרב נחום גרינוולד, הסידור, פרקי מבוא עמ' 12
  5. ראו היכל הבעש"ט, גיליון א עמ' מט, הערות 34, 35
  6. לדוגמא, דער סידור פון די קלויז אין בראד, זאלקווא תקמ"א.

  7. שגיאות פרמטריות במוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    הרב חיים מאיר הילמן, בית רבי, חלק ראשון עמ' פד. זע הרב ברוך אוברלנדר, הסידור, התהוות מקורות ומהדורות סידור אדמו"ר הזקן, עמ' רנא ( באתר שטורעם)