שמועס:רבי זאב וואלף פון זבאריזש

פון המכלול
ווערסיע פון 01:43, 24 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (קעפל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אינפאקעסטל

באניצער:תנא קמא באניצער:צמא לדעת באניצער:נייטראלער פארוואס די מוסטער (וואס סאיז נאכנישט אינגאנצן גרייט) איז אנדערש פון א פלאץ צו א פלאץ, ווי צום ביישפיל, ביי דרעפט:רבי אהרן פון קארלין ווערט אטאמאטיש גערעכנט די יארן וי אלט ער איז געווען ביי די פטירה און דא נישט. האט'ס אמונה (שמועס) 10:27, 17 מערץ 2023 (IST)

כנראה רעכנט עס נאר דעם עלטער ווען עס באקומט פונקטליכע יארן, און נישט ווען דער שנת לידה (אדער פטירה) איז נאר בערך באקאנט. — צמא לדעתשמועס • כ"ד אדר ה'תשפ"ג 11:30, 17 מערץ 2023 (IST)
זעה דרעפט:רבי אהרן פון קארלין שטייט אלט 'בערך' 36 יאהר האט'ס אמונה (שמועס) 16:15, 17 מערץ 2023 (IST)
ריכטיג, ווייל דער יום הלידה איז נישט באקאנט, וממילא איז עס נישט אינגאנצן פונקטליך. משא"כ ווען אפילו דער יאר איז נישט גענוי, שטייט עס שוין אינגאנצן נישט. דרגות דרגות יש...
זעט מיין לעצטע רעדאגירונג אלס ביישפיל וויאזוי עס ארבעט; שפעטער קען מען צוריקלייגן דעם "בערך". — צמא לדעתשמועס • כ"ד אדר ה'תשפ"ג 16:26, 17 מערץ 2023 (IST)

תאריך לידה

דער דאטום "בערך ה'תקל"א" שטאמט פון העברי, וואו עס איז געווארן איבערגעטייטשט פון 1770/1771/1772 אויף ויקיפדיה, וואס שלעפט עס אויטאמאטיש פון וויקידאטא. דער גאנצער קייט איז אבער אן קיין מקור מוסמך, און איז כמעט זיכער איין גרויסער טעות.
אין "אגרות קודש" פון אדמור"י בית חב"ד עמ' רנו שרייבט דער אדמו"ר האמצעי: ”וגם הגעני מכתב מהרב המפו' הישיש גבאי הכולל דוואלין מוהר"ר מרדכי מקראמעניץ בן הצדיק המפורסם מוהר"ר מיכל זלאטשובער זלה"ה”. דער בריוו איז געשריבן געווארן סוף תקע"ד-אנהייב תקע"ו, ווי אויפגעוויזן אין די הערות דארט עמוד תצ"ג. דאס טייטשט אז ר' מרדכי קרעמניצער, דער יונגסטער פון די פינף הייליגע ברידער, איז שוין געווען א ישיש בשנת תקע"ו; וואס טייטשט אז ער איז לכאורה געבוירן שפעטסטענס ארום תקט"ז; וואס טייטשט אז רבי וועלוועלע איז געבוירן נאך כאטש א צוויי יאר פריער - קרוב צו צוואנציג יאר פריער ווי תקל"א. ותו לא מידי.
דייקא נמי אז ויקי ווייסט נישט צופיל וואס זיי רעדן בענין זה, ווייל ביי רבי מרדכי'לע קרעמניצער שרייבן זיי אז ער איז געבוירן ה'תקכ"ח - וואס איז בכל אופן דריי יאר פריער ווי זיין עלטערער ברודער... — צמא לדעתשמועס • א' ניסן ה'תשפ"ג 02:01, 23 מערץ 2023 (IST)

איך בין אריין דא אין בלעטל אייך צו דאנקען, האב איך שוין געזעהן וואס איר האט דא מאריך געווען. א. א גרויסן ייש"כ אויפן אריבער פירן צום מרחב. ב. א שאד אז איר זענט מיר אדער נאך אנדערע, ג. נאך דאס שרייבן (די ארטיקל), נישטערנדיג אין ספרי בית זלאטשוב האט זיך מיר אויך עפעס דערוועקט אז עפעס איז לכאורה נישט אזוי מדויק, איך בין נאך נישט אנגעקומען למעשה דאס ריכטיג און גוט אדורכצוטוהן, ייש"כ אייך! האט'ס אמונה (שמועס) 11:12, 23 מערץ 2023 (IST)