רוי:רבי אלימלך בידערמאן

ווערסיע פון 10:02, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבנים אין ישראל" ב־"רבנים אין ארץ ישראל")
רבי אלימלך בידערמאן

רבי אברהם אלימלך (באקאנט מער אלס ר' מיילעך) בידערמאן (געבוירן ט' חשוון ה'תשכ"ח), איז א באקאנטער חסידישער משפיע און א בעל דרשן אין ארץ ישראל.

לעבנס געשיכטע

ער איז א זון פון רבי אלטער אלעזר מנחם בידערמאן (נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשס"א), לעלאווער רבי אין בני ברק (פון רבי עקיבא גאס), זון פון רבי משה מרדכי פון לעלאוו. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, סיי אין ישיבה גדולה און סיי אין ישיבה קטנה. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי נתן דוד ראזענבוים, דער זוטשקער רבי פון בני ברק.

אנפאנג פון די 2000ער יארן, פלעגט ער פראווען ביי זיך אין שטוב פרייטאג צונאכט באטעס, אין באטייליגונג פון חסידישע בחורים, הויפטזעכלעך פון דער סלאבאדקער ישיבה. דערצו האט ער אויכעט אנגעהויבן פארלערנען א שיעור פאר חסידישע בחורים (א גרויסע צאל פון זיי תלמידים פון דער מירער ישיבה) יעדן ליל שישי. דער שיעור פלעגט פארקומען אין שטוב פון זיין ווייב'ס זיידע הרה"ק רבי שלאמקע זוועהילער אין בית ישראל געגנט אין ירושלים.

אין דער ענדע פונעם ערשטן צענדלינג פונעם 21סטן יארהונדערט, ווען רבי אלימלך'ס נאמען האט זיך שוין היפש פארשפרייט און באקאנט געווארן כמעט איבעראל, האט ער אנגעהויבן צו ווערן איינגעלאדנט צו אויפטרעטן און פארלערנען שיעורים אין פארשידענע ישיבות און בתי מדרשים, א שטייגער וואס גייט אן היינט צו טאגס אויכעט.

צוביסלעך, מיט דער צייט, האבן זיך איינגעזאמלט ארום אים אנהענגרס וואס האבן אים שטארק באווענדערט, הויפטזעכלעך יונגע אברכים פון אלעד, בית שמש, מודיעין עילית און ביתר עילית וועלכע זענען געווארן זיינע תלמידים און זענען אנגעקניפט צו אים מיט א מוראדיגע געטריישאפט. ער וויילט פון צייט צו צייט אויף שבתים מיט זיינע תלמידים אין די אויבערדערמאנטע שטעט. אויכעט פראוועט ער שבתים אין מירון מיט זיינע תלמידים.

זיינע שיעורים און דרשות באשטייען פון אמרות, דערציילונגען פון צדיקים, א.א.וו. ער רעדט א סאך פון אמונה און בטחון אין דעם אייבערשטן. טייל פון זיינע שיעורים און דרשות זענען טראנסמיטירט דורך קול הלשון, כדי צו מזכה זיין אנדערע וואס ווילן מיטהאלטן די שיעורים.

קינדער

  • אסתר, ווייב פון הרב משה, זון פון רבי דוד ירחמיאל צבי ראבינאוויטש, ביאלער רבי פון רמת אהרן געגנט אין בני ברק.
  • בתיה לאה, ווייב פון ר' משה דוד, זון פון ר' פישל מוטצען, איידעם פון דעם פריערדיגן צאנז-קלויזנבורגער רבי, הרה"ק רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם.
  • חנה, ווייב פון ר' יעקב מרדכי היילפרין, זון פון ר' נפתלי צבי היילפרין,[1] זון פון ר' יצחק אריה לייביש, רב פון רמות ג' געגנט אין ירושלים. זון פון רבי אלחנן און איידעם פון רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער.
  • עטיל, ווייב פון לוי יצחק אדלער, זון פון רבי ישראל אליעזר פון דזשיקאוו.
  • משה מרדכי, איידעם פון זיין פעטער הרב גדליה משה ראזנבוים, פון זוטשקא אמסנא.
  • פייגא דבורה, ווייב פון הרב חיים מאיר, זון פון רבי ישראל לעמבערגער, זון פון רבי שמעון אב"ד מאקאווא, און איידעם פון רבי ישראל אליעזר אדלער פון דזשיקאוו וויזשניץ.
  • יצחק אייזיק, געווארן א חתן תמוז ה'תשפ"ב מיט חיה עטיל, טאכטער פון הרב ברוך שמעון ארנסטער, זון פון רבי מנחם - דער וויזשניצער ראש ישיבה, און איידעם פון רבי שמואל לוריא, רב און דיין פון דער וויזשניצער קהילה אין אנטווערפן.
  • שלמה

וועבלינקען

ספרים

זיינע תלמידים האבן געדרוקט ספרים, מלוקטים פון זיינע שיחות

  • הגדה של פסח - באר החיים
  • באר החיים - שיחות אויף אלול און ימים נוראים
  • באר החיים - שיחות אויף חנוכה
  • יעדע וואך דרוקט זיך אויס א בלעטל "דער פרשה קוואל" מיט זיינע ווערטער אויף דער פרשה אדער און אויף דער תקופה. דאס בלעטל גייט ארויס אויכעט אויף לשון־קודש און ענגליש.

רעפערנצן

  1. ר' נפתלי צבי איז אן איידעם פון דעם טשערנאבילער רבי פון בני ברק, רבי מנחם נחום טווערסקי, איידעם פון רבי אלחנן היילפרין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!