רוי:רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינוב)

פון המכלול
ווערסיע פון 23:50, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פטירה דאטע" ב־"פטירה דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (געבוירן ט"ו ניסן תש"ב) איז דער דער דינאווער רבי אין אמעריקע.

דינאווער רבי
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש
Dinov.jpg
געבורט ט"ו ניסן תש"ב
מונקאטש

ביאגראפיע

רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש איז געבוירן געווארן אין דער שטאט מונקאטש (היינט אוקראינע) דעם ערשטן טאג פסח תש"ב צו זיין פאטער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי און צו זיין מוטער הרבנית חי פרומא רבקה טאכטער פון רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, דער מנחת אלעזר פון מונקאטש. דער ברית איז פארגעקומען אחרון של פסח תש"ב. דער רבי הייסט "יצחק יעקב" נאך זיין עלטער זיידע רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון ביאלע.

זיין יוגנט

אין ט' אדר תש"ד האט זיין פאטער מיט די משפחה פארלאזט אייראפע אין געפארן קיין ארץ ישראל, שפעטער אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן קיין סאו פאולא בראזיל. אלס קינד האט ער געלערנט מיט זיין טאטע וואס איז דאן געווען רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל. נאך זיין בר מצוה האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען אין דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהאיא, ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי ציפורה יהודית, א טאכטער פון רבי בנציון פרענקל,וויעליפאליער רבי

רבנות

גלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך געצוגען קיין פלעטבוש ווי ער האט געפענט זיין בית המדרש אין דעם קענזינגטאן געגנט פון פלעטבוש אויפן מונקאטשער נוסח.

אין תשס"ח האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג אויפן פארלאנג פון די פילע תלמידי וחסידי מונקאטש וואס האבן געוואוינט דארט. ער האט געעפנט זיין ביהמ"ד אין ניי וויליאמסבורג און האט צענדליגע מנינים שחרית מנחה מעריב א טאג, א היכל התורה וואו עס זיצן הונדערטער אידן און לערנען א גאנצן טאג. אזוי אויך האט דער רבי א ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורים אין א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורים וואס ווערט געפירט דורך זיין זון דער דיין און ראש ישיבה רבי חיים אלעזר.

אויפן וועג פון זיין זיידן און זיין טאטע איז אויך דער רבי ממשיך אלץ מוהל ווי אלע חסידים אדער סתם מעריצים זענען מכבד דעם רבין אלס מוהל.

זיינע ספרים

אין תשס"ח איז ארויס געקומען פון זיינע תורות א ספר שמן למאור עה"ת ומועדים. ווי אויך קומט ארויס יעדע וואך א גליון פון זיינע תורות.

משפחה

די קינדער פון רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש זענען:

  • די רביצין פון רבי בערל לייפער, אב"ד נאדווארנע אין לייקוואד
  • רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש, דומ"ץ און דינאווער ראש ישיבה, אן איידעם פונעם סטריזשעווער רבי פון בארא פארק.
  • רבי שלמה ראבינאוויטש. אב"ד דינאוו בארא פארק
  • רבי צבי הירש ראבינאוויטש אב"ד באבוב מאנסי און ראש ישיבה פון דברי חיים, איידעם פון רבי יהושע רובין, רב פון באבוב-45.
  • רבי בנציון ראבינאוויטש
  • די ווייב פון רבי ישראל יעקב טייטלבוים
  • רבי זלמן יוסף ראבינאוויטש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!