רוי:רבי משה אריה פריינד

פון המכלול
ווערסיע פון 16:02, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי משה אריה פריינד
געבורט ו' תשרי תרס"ד (יארגאנג: 121)
טעטיקייט ארט סאטמאר, ירושלים
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
מוסדות רמ"א ירושלים על שם הרב משה אריה פריינד, גבעת משה קווארטל, חכם שמואל ברוכים סטריט
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
מוסדות ישיבה און תלמוד תורה תורני רמ"א ירושלים

רבי משה אריה פריינד (ו' תשרי תרס"דכ' אלול תשנ"ו) איז געווען רב אין סאטמאר, עסטרייך-אונגארישע אימפעריע (היינט רומעניע) און אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים.

ביאגראפיע

רבי משה אריה פריינד איז געבורין געווארן צום הוניאדער רב, רבי ישראל פריינד, א זון פונעם נאסוידער רב, רבי אברהם יהושע פריינד.

ער האט פארלוירן א גאנצע משפחה פון א פרוי מיט צען קינדער ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.

ער האט חתונה געהאט צוויי מאל נאך דעם קריג, אבער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

באלד נאך דער מלחמה איז ער געווען רב אין דער שטאט סאטמאר.

ער איז יארן געווען דער ראש ישיבה אין סאטמארער ישיבה ייטב לב אין ירושלים, ווען דער סאטמארער רבי יואל טייטלבוים איז נפטר געווארן, כ"ו אב תשל"ט, איז רבי משה ארי' פריינד אויפגענומען געווארן אלס ראב"ד עדה החרדית אין ירושלים. נאך דער פטירה פון הגאון בעל מנחת יצחק זצ"ל, סיון תשמ"ט, איז רמ"א פריינד געווארן דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק.

סוף ימיו האט מען געמאכט מיט אים א רבי'סטעווע. ער איז געווען שטארק פארהייליגט און געהאט טויזנטער מעריצים איבער דער וועלט.

נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער, האט ער געגרינדעט מוסדות רמ"א, לשמו ולזכרו, זיינע ספרים זענען עטרת יהושע.

פון זיינע הייסע אנהענגער זענען געווען זיינע תלמידים פון דער סאטמארער ישיבה אין ירושלים. און ער איז געווען פארעהרט ביי פילע צענדליגער טויזנטער אידן וואס פלעגן קומט גאר אפט צו אים פאר ברכות אדער צוזען זיין עבודה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!