50 (נומער)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
50 (גאנצע צאל)
דעצימאל 50
אין ווערטער פופציג
סדר'דיגע צאל פופציגסט/ע/ר
גימטריא נ
פאַקטאָריזאַציע
רוימישע צאל
בינארישע צאל 110010
העקס 32

50 (אין ווערטער: פופציג) איז די נאטירליכע צאל וואס קומט נאך 49 און בעפאר 51.

אין מאטעמאטיק

50% איז האלב פון איין גאנצע.
  • 50 איז די קלענסטע צאל וואס מען קען שרייבן ווי די סומע פון צוויי קוואדראטצאלן אין צוויי באזונדערע וועגן: 50 = 12 + 72 = 52 + 52.[1]
  • 50 איז א הארשאד נומער, וואס צעטיילט זיך מיט'ן סך-הכל פון זיינע ציפערן: .[2]
  • 50 פראצענט באטרעפן האלב פון איין גאנצע.

אין וויסנשאפט

אין אידישקייט

  • דער פופציגסטער טאג פון אנהייבן ציילן ספירת העומר איז דער יום טוב שבועות.
  • 50 איז די צאל פון יארן אין א יובל.[3]
  • עס זענען פארהאן 50 שערי בינה; משה רבינו האט זוכה געווען צו 49 פון זיי.[4]
  • חז"ל באשטימען אז ביי די פופציג יאר קען א מענטש ריכטיג ראטן, ”בֶּן חֲמִשִּׁים לָעֵצָה”.[5]
  • די תיבה איז געווען 50 אמה ברייט.[6]
  • אין מדבר זענען געשטעלט געווארן צוועלף טויזנט "שרי חמשים", וואס יעדער פון זיי האט פארוואלטעט איבער פופציג אידן.[7]
  • די הויף פון משכן איז געווען פופציג אמה ברייט.[8]
  • די יריעות פון משכן זענען געווארן באהאפטן מיט פופציג העקעלעך וועלכע זענען אריין אין פופציג שלייפן.[9]
  • דוד המלך האט געצאלט 50 שקלים פאר ארונה'ס שייער, וואו עס איז שפעטער אויפגעבויט געווארן דער בית המקדש.[10]
  • 50 שקלים איז אויך דער ערך פון אן ערוואקסענער זכר.[11]
  • א שדה אחוזה ווערט אויסגעלייזט מיט 50 שקלים פאר א פעלד וואו מען קען איינזייען א כור פון גערשטן.[12]
  • דער אונס דארף באצאלן 50 שקלים פאר'ן פאטער פון די מיידל.[13]
  • לויט רבי יוסי הגלילי אין הגדה של פסח, זענען די מצריים געשטראפט געווארן מיט פופציג מכות ביים קריעת ים סוף.
  • די לויים ענדיגן זייער עבודה אין בית המקדש זייענדיג פופציג יאר.[14]
  • אבשלום און אדוניהו האבן זיך געשטעלט פופציג מענטשן וועלכע זאלן לויפן פאראויס וואו זיי גייען.[15]
  • המןתליה איז געווען 50 איילן הויך.[16]
  • נחמיה האט בייגעשטייערט פופציג מזרקות צום בית המקדש.[17]

פארשידנס

נאטירליכע נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 51 52 53 54
60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000 2,000 10,000 100,000 600,000 1,000,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | קאפרעקאר'ס צאל | גוגאָל | גוגאלפלעקס | גראהאם'ס נומער

רעפערענצן

  1. 50 איז אויך די סומע פון דריי קוואדראטצאלן: 50=32 + 42 + 52; און פון פיר קוואדראטצאלן: 50 = 62 + 32 + 22 + 12
  2. "Sloane's A005349 : Niven (or Harshad) numbers". The On-Line Encyclopedia of Integer Sequences. OEIS Foundation. Retrieved 2016-05-30.

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ויקרא כה, י
  4. ראש השנה כא, ב. לויט ליקוטי תורה פון אר"י, אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".דברים ג, כו, האט ער יא זוכה געווען דערצו בשעת זיין פטירה
  5. משנה, אבות ה, כא
  6. בראשית ו, טו
  7. רש"י, שמות יח, כא. רבי אברהם אבן עזרא און רבי יצחק אברבנאל ברענגען אנדערע ערקלערונגען
  8. שמות כז, יב
  9. שמות כו, ה–יא
  10. שמואל ב' כד, כד. לויט איין דעה איןזבחים קטז, ב איז עס געווען 50 שקלים פון יעדן שבט, פאר א סאך הכל פון 600
  11. ויקרא כז, ג
  12. ויקרא כז, טז
  13. דברים כב, כט
  14. במדבר ח, כה
  15. שמואל ב' טו, א; מלכים א' א, ה
  16. אסתר ה, יד
  17. נחמיה ז, סט