רבי מרדכי דוב טווערסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 17:12, 5 פעברואר 2023 דורך מוטל (שמועס | ביישטייערונגען) (דף חדש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מרדכי דוב טווערסקי (כ"ט כסלו ת"רכ"ב אלול תרס"ג), איז געווען דער רב פון הארניסטייפל, און גרינדער פון הארנסטייפלער הויף.

אפשטאם

רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארנסטייפל צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא אויערבאך, רב אין טאלמיטש, א זון פון רבי מיכל'ע קירימער, א זון פון רבי הערש מענדל פון האניפאלי, א זון פון רבי משולם זושא פון האניפאלי. און צו זיין מוטער מרת שטערנא פייגא א טאכטער פון רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס. רבי מרדכי דוב האט געהייסען נאך די צוויי זיידעס רבי מרדכי פון טשערנאביל און רבי דובער פון ליובאוויטש.

רבי מרדכי דוב איז געווארן א יתום פון זיין מוטער אין עלטער פון זעקס (אדער ניין) יאר, ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר פאטער דער טשערקאסער, ער האט געטוישט זיין פאמיליע נאמען פון אויערבאך אויף טווערסקי.

רבי מרדכי דוב האט חתונה געהאט מיט רייצא, די טאכטער פון צאנזער רב רבי חיים האלבערשטאם, וויבאלד רבי מרדכי דוב האט ווי אלע טשערנאבלער אייניקלעך, נישט געהאט קיין ערלויבעניש ארויסצופארן פון דער רוסלענדישער אימפעריע, איז די חתונה פארגעקומען אין הוסיאטין, וואס האט זיך געפונען אויף דעם גרעניץ צווישען רוסלאנד און גאליציע (אין דער עסטרייכער אימפעריע).

רבי מרדכי דוב איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און ער האט זיך געשריבן מיט פארשידענע גדולים אין זיין דור.

זיינע ספרים זענען: "חיבור לטהרה" - אויף הלכות מקוואות און נטילת ידיים, "עמק שאלה" - שאלות ותשובות, "עמק חכמה" - על התורה, "תורי זהב" - אויף הלכות ריבית. נאך א כתב יד, "כד הזהב", אויף ענייני קבלה, איז פארניכטעט געווארן אין די פאגראמען פון תרע"ח-תר"פ (1918–1920).

רבנות

אין יאר תר"כ איז זיין זיידע אריבער פון הארנסטייפל קיין טשערקאס, און דריי יאר שפעטער אין תרכ"ג האט ער אים געשטעלט אלטס רב און רבי פון הארניסטייפל, און אים געהייסן אנהייבן פירן רבי'סטווע. ער האט אויפגעמאכט דארט א חסיד'ישער הויף. נאך וואס זיין זיידע איז נפטר געווארן אין יאר תרל"ו (1876) זענען אסאך טשערקאסער חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס אין אוקראינע, ער האט געפירט די רבי'סטווע 40 יאר.

רבי מרדכי דוב איז נפטר געווארן כ"ב אלול ה'תרס"ג. זיין רבי'צן מרת רייצא איז נפטר געווארן כ"ה תמוז ה'תרע"ח.

קינדער

זעט אויך

רעפערענצן

  • שושנת העמקים, תולדותיהן של צדיקים
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.