רוי:באטמאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

Batman (black background).jpg

באַטמאַן (ענגליש: Batman, ווערטלעך: "פלעדערמויז-מאַן") איז א פיקטיווער כאראקטער וואס איז געשאפן געווארן דורך באָב קיין און ביל פינגער פאַר DC קאָמיקס. ער איז איינער פון די מערסט בארימטע און פאפולערע סופּערהעלדן. באַטמאַן האט אָנגעהויבן אין קאָמיקס ביכער און איז דערנאך געווען אין אַ סך פילמען, טעלעוויזיע פראגראמען און ביכער. עס אויך זענען דא פילע שפילכלעך און אנדערע פראדוקטן איבער באַטמאַן און אנדערע כאראקטערן און אַרטיקלען פון זיין אוניווערס. באַטמאַן וואוינט אין דער פיקטיווער שטאָט גאָטהאַם סיטי. זיין אמתע אידענטיטעט איז ברוס וויין (Bruce Wayne), וועלכער איז א זייער רייך געשעפטסמאַן.

קאמיקס ביכער

באַטמאַן איז ערשט גערופן "פלעדערמויז-מאַן" דורך באָב קיין. ער איז ערשט באווייזט געווארן אין 1939 אין "דעטעקטיוו קאמיקס נומער 27". ער איז דער צווייטער סופּערהעלד וואס איז געשאַפן געווארן נאך סופערמאַן. באַטמאַנ'ס אָנהייב געשיכטע איז אז ביי א יונגן עלטער האט ברוס וויין געזען זיינע עלטערן דערמארדעט דורך א גנב מיטן נאמען דזשאָ טשיל נאך וואס די פאמיליע האט אויסגעגאַנגען פון א טעאטער. ברוס האט באַשטימט אז ער האט געוואָלט נישט אז דאס סארט געוואַלד וואָלט פאַרקומען צו קיינער אנדער. ער האט געווידמעט זיין לעבן צו באשיצן זיין שטאָט גאָטהאַם סיטי. וויין האט געלערנט פילע פאַרשידענע וועגן צו קעמפן ביי זיין רייפקייט. אלס א דערוואַקסענער, האט וויין גענוצט א פאַרקליידונג צו אנשרעקן פאַרברעכערס און פאַרקירצן דאס פאַרברעכן אין גאָטהאַם. וויין האט זיך גערופן "באַטמאַן".

באַטמאַנ'ס געצייג

באַטמאַנ'ס אויטא, דער באַטמאָביל

באַטמאַן נוצט פילע פאַרשידענע געצייג צו קעמפן פאַרברעכנס, וואס שליסן איין זיין אויטאָ וואס הייסט דער באַטמאָביל, א ספעציעלע גארטל וואס הייסט א "געווינס גארטל", און בומעראַנגען מיט א פלעדערמויז פארעם וואס הייסן באַטאַראַנגען.

פריינט

באַטמאַן ווערט אויך געהאָלפן דורך אנדערע מענטשן אין גאָטהאַם. א טייל זיי אויך טראגן פאַרקליידונגען און ווערן סופּערהעלדן ווען זיי העלפן אים. צווישן די מענטשן וואס העלפן אים זענען זיין שותף ראָבין (דיק גרייסאָן), זיין באַדינער אַלפרעד פּעניוואָרט, פאליציי גובערנאַטאר דזשעימס גארדאן, "וויין ענטערפרייזן" אַדמיניסטראַטאר לוציוס פאָקס, און גארדאנ'ס טאכטער באַרבאַראַ גארדאן. באַרבאַראַ גארדאן איז געווארן א סופּערהעלדין מיטן נאמען באַטגערל (און דערנאך אראַקל). גובערנאטאר גארדאן נוצט דעם פלעדערמויז-סיגנאַל, וואס שיינט א ליכט אינעם הימל מיט א שאטן פון א פלעדערמויז צו רופן באַטמאַן פאַר הילף.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!