רוי:שפילכל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
האלץ-געמאכטע שפילכלעך

א שפילכל אדער טשאַטשקע/צאַצקע איז א זאך וואס ווערט געשפילט דערמיט, אדער פאר פארוויילונג אדער צו אנטוויקלען געוויסע טאלאנטן. אין אלגעמיין זענען שפילכלעך פאר קינדער, אבער אויך ערוואקסענע מענטשן שפילן מיט שפילכלעך.

אסאך שפילכלעך זענען פארקלענערטע מוסטערן פון זאכן אין דער וועלט ווי למשל ליאלקעס, קליינע אויטאס און באנען, געמאכטע בעלי חיים, זעלנער, מוזיק אינסטרומענטן, און נאך.

ביז 1970 האט מען געמאכט שפילכלעך פון האלץ און מעטאל. היינט ווערן כמעט אלע געמאכט פון פלאסטיק.

אין 2005 האט מען פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן שפילכלעך מיט א ווערט פון $22.9 ביליאן.

רעטענישן

א רעטעניש איז א פראבלעם וואס פאדערט קינצליכקייט.

שוין אין אוראלטע צייטן האט מען געהאט מעכאנישע רעטענישן. אפשר דאס מערסטע פארשפרייטע מעכאנישע רעטעניש היינט אין רוביקס קוב.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!