מוסטער:י' שבט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
►► | געשעענישן אינעם אידישן לוח / י' שבט דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
- געשעענישן
- ה'תרצ"ט – אדאלף היטלער דערקלערט אין א רעדע צום יארטאג פון זיין קומען צו דער מאכט, אז אויב וועט אויסברעכן א מלחמה וועט אפגעמעקט ווערן די אידישע ראסע אין אייראפע
- ה'תשי"א – רבי מנחם מענדל שניאורסאהן געקרוינט אלס דער זיבעטער אדמו"ר פון ליובאוויטש
- ה'תשי"ח – אמעריקע שיקט ארויף מיט סוקסעס איר ערשטע סאטעליט, "עקספלארער 1", אין פארמעסט מיט דער סאוועטן פארבאנד איבער די רוימען
- ה'תשע"ד – געשטארבן אריאל שרון, אָדער אַריק שאַראָן, דער עלפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרפ"ח)
- יארצייטן
- ה'תקמ"ב – רבי שלום שרעבי מזרחי, פון תימן, ראש ישיבת המקובלים בית אל אין ירושלים, גערופן "הרש"ש", דער מחבר פון "נהר שלום" (געבוירן ה'ת"פ)
- ה'תקע"ג – רבי שלמה לוצקער פון סקאהל, א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד און דער רבי פון דער שר שלום פון בעלז
- ה'תרפ"ח – רבי יחיאל הורוויץ, א זון פון רבי מאיר'ל דזשיקובער און רב אין פאקשיווניץ, פוילן (געבוירן ה'תר"י)
- ה'תש"י – רבי יוסף יצחק שניאורסאהן (אין בילד), גערופן "המהריי"צ", זעקסטער אדמו"ר פון ליובאוויטש (געבוירן ה'תר"ם)
- ה'תשי"ב – רבי יצחק אייזיק שעהר פון בני ברק, ראש ישיבה פון דער סלאבאדקער ישיבה, פון די ממשיכים פון דער מוסר באוועגונג אין ארץ ישראל (געבוירן ה'תרל"ה)