רוי:קאסמאס געיעג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ מאָדעל פון ספּוטניק 1

דאָס קאָסמאָס געיעג איז געווען אַ קאָסמאָס עקספּלאָראַציע קאָנקורס צווישן דער סאָוועטן פאַרבאַנד און די פאראייניגטע שטאַטן צווישן 1957 און 1969. זיי האָבן קאָנקורירט צו אויספאָרשן דעם קאָסמאָס מיט מענטשן-געמאַכטע סאַטעליטן, שיקן מענטשן צום קאָסמאָס און אַראָפּלאָזן זיי אויף דער לבנה.

דאָס קאָסמאָס געיעג האָט איינגעהויבן נאָך די סאָוועטן האָבן געשיקן ספּוטניק 1 דעם 4טן אקטאבער 1957. דער טערמין קאָסמאָס געיעג האָט אנגעהויבן אַלס אַ פאַרגלייך צו דאָס באַוואָפענונג געיעג (ענ'). דאָס קאָסמאָס געיעג איז געוואָרן אַ וויכטיגער טייל פון די פיינדשאַפט צווישן די פאראייניגטע שטאַטן און דער סאָוועטן פאַרבאַנד אינעם קאַלטער קריג. קאָסמאָס טעכנאָלאָגיע איז געוואָרן אַ זייער וויכטיגער טייל אין די דאָזיקע פיינדשאַפט צוליב מעגלעכע מיליטערישע באַנוצן.

  • דעם 4טן אקטאבער 1957 האָט דער סאָוועטן פאַרבאַנד צעשיקט ספּוטניק 1, די ערשטע מענטשן-געמאַכטע סאַטעליט צו גיין אַריין אין דער ערד'ס אָרביט. דאָס האָט אנגעהויבן דאָס קאָסמאָס געיעג.
  • איין טייל פון דאָס קאָסמאָס געיעג איז געווען צו שיקן אַ מענטש צו דער קאָסמאָס. דער סאָוועטן פאַרבאַנד האָט דאָס געוואונען ווען יורי גאַגאַרין האָט אָרביטירט דער ערד דעם 12טן אפריל 1961.
  • ביי אַ קאָנגרעס לעקציע דעם 25סטן מאי 1961 האָט דער פאראייניגטע שטאַטן פּרעזידענט דזשאָן עף. קענעדי אויפגעשטעלט דער עהרגייציגער ציל אַראָפּצולאָזן אַ מענטש אויף דער לבנה ביים סוף יאָרצענדלינק. דער פּראָגראַם איז גערופן דער אַפּאָלאָ פּראָיעקט. דאָס האָט אויך געמאַכט אַן אַרויסרוף פאַר די רוסן צו פּרובירן דאָס ערשטנס. די אַמעריקאַנער האָבן געוואונען אין 1969 ווען ניל אַרמסטראָנג און באַז אָלדרין האָבן געלאַנדט אויף דער לבנה און צוריקגעקומען צו ערד געזונד אונט מונטר.

דרויסנדע לינקס

Q space.svg דער ארטיקל בנוגע קאסמאס וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!