פיר תקופות
א תקופה איז איינער פון די פיר צייטן איז יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און עס ווערט אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די תקופה איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה.
אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא פון רב אדא בר אהבה היינט פארלוירן. די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף.
די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
נעמען און הגדרה
די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח[2]. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן[3].
די שורש פון די ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארום קרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט נישט די זון צוריק צו אנהייב גאנג נאר ענדיקט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיקט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר[4].
תקופת ניסן איז ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה[א], תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזניים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי[6]. אזוי אויך איז תקופת תשרי אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes)[4].
די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלץ די "תקופה האמיתית". טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופה האמצעית"[7].
די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[8]. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער[9].
הלכות, אגדתא און מנהגים
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן[10], און סוכות נאך תקופת תשרי[1]. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויעט אויף די תקופה.
אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[11], און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים[12]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[13].
עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה[14].
די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען די טעג ווערן אלס קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז די איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגע יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא[15].
תקופת שמואל
די מימרא פון שמואל
די הויפט מקור פאר תקופת שמואל איז א גמרא מסכת עירובין[16] וואו עס ווערט ווערט געברענגט א מימרא פון דעם אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות:
- תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. ביי בריאת העולם איז די זון געהאנגען געווארן אין הימל אנהייב מיטוואך, וואס איז דינסטאג 18:00, און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג[17].
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. די צייט אין טאג פון איין תקופה צום צווייטן איז גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג[18].
- תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00.
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 4.5 אדער 10.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 4:30, 10:30, 16:30 אדער 22:30.
- פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג און 7.5 שעה. געדרינגן פון דער כלל איז די לענג פון די יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
- איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה[19].
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער[20], איז באקאנט אלץ תקופת שמואל. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים[21], און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות[22]. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען[23]. שיטת שמואל ווערט אויך געברענגט אין "ברייתא דשמואל הקטן"[24].
רש"י ברענגט א סימן פאר די תקופות: "אזג"י ואט"ד". ווען תקופת ניסן פאלט אויס אנהייב טאג/נאכט (=א), וועט תקופת תמוז אויספאלן ביי 7.5 שעה אין טאג/נאכט (=ז), תשרי ביי 3 (=ג) און טבת ביי 10.5 (=י). ווען ניסן פאלט אויס ביי 6 שעה (=ו), וועט תמוז וועט אויספאלן ביי 1.5 (=א), תשרי ביי 9 (=ט) און טבת ביי 4.5 (=ד). אויב א"ז איז בייטאג איז ג"י ביינאכט, און אזוי אויך פארקערט און לגבי ואט"ד[18].
די זייגער פון תקופת ניסן רוקט זיך יעדן יאר מיט א פערטל טאג, צוריקקומענדיג יעדער פיר יאר, א "מחזור קטן"[25], צום זעלבן צייט אין טאג אבער אין אן אנדערע טאג אין די וואך. עס גייט פון איין טאג אין וואך צום צווייטן אין די סדר פון דב"ז הגא"ו, און נאך 7 מחזורים קטנים קומט עס צוריק אן צו מיטוואך נאכט, וואו עס האט אנגעהויבן ביי ששת ימי בראשית. דאס געדויערט 28 יאר, א "מחזור גדול", און דאן איז דער צייט פון ברכת החמה[26].
די תקופה אין די מולד
די ערשטע תקופת ניסן לויט שמואל איז געווען מיטוואך אנהייב נאכט, דאס הייסט דינסטאג אווענט 6:00. די מולד פון יענער ניסן איז לויט אים געווען א וואך דערויף, 9 שעה און 642 חלקים אין טאג[27].
דער סמ"ג[28] איז מסביר אז די לבנה האט זיך פארזוימט א וואך צוליב די סכסוך מיט די זון וואס האט געפירט צו דעם אז זי זאל קלענער ווערן. תוספות לערנט אז שמואל האלט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם, און די ערשטע מולד (תשרי שנת ב') איז מולד איז געווען פרייטאג פון בריאת העולם, און די נומער פון 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים איז געבויעט אויך א חשבון צוריק צו וועגס[29]. אנדערע האלטן אז די די מולד איז געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, און די זון איז באשאפן געווארן אינמיטן זיין גאנג, אויסזעענדיג ווי די תקופה האט געווען א וואך פריער[30].
דער יוליאנער קאלענדער
די יוליאנער קאלענדער איז געבויט אויף אן אסטראנעמישע שיטה אז די זון יאר איז גענוי 365.25 טעג לאנג, גענוי ווי שיטת שמואל. א יאר אין די יוליאנער קאלנעדער האט 365 טעג, און יעדע פערדע יאר ווען די פערטלעך טעג קלייבן זיך צוזאם צו איין גאנצע, איז אן "עיבור יאר", א יאר מיט איין איבריגע 366'סטע טאג. דאס מאכט אז די תקופות זאלן כמעט אלעמאל אויספאלן אין די זלעבע דאטום אויף די יוליאנער קאלענדער.
די פיר יעריגע ציקל שטימט מיט די יאר ציילונג, דאס מיינט יאר 1 איז דער ערשטע אין די ציקל, 2 דער צווייטער, און אזוי ווייטער. וויסנדיג וואו מען האלט דערין, קען מען באלד וויסן דער גענוי דאטום אין צייט פון די תקופה, ווי פאלגענד[31]:
יאר | ניסן | תמוז | תשרי | טבת |
---|---|---|---|---|
1 | מערץ 25°, 18:00 | יוני 25, 1:30 | סעפטעמבער 24, 9:00 | דעצעמבער 24, 16:30 |
2 | מערץ 26, 0:00 | יוני 25, 7:30 | סעפטעמבער 24, 15:00 | דעצעמבער 24°, 22:30 |
3 | מערץ 26, 6:00 | יוני 25, 12:30 | סעפטעמבער 24°, 21:00 | דעצעמבער 25, 4:30 |
4 | מערץ 25, 12:00 | יוני 24°, 19:30 | סעפטעמבער 24, 3:00 | דעצעמבער 24, 10:30 |
די צייכן °, מיינט אז די תקופה איז צווישן זעקסער אווענט און צוועלעפער ביינאכט, ווען די אידישער טאג האט זיך שוין געטוישט און דער יוליאנער נאכנישט.
די ראשונים[32] ניצן דאס אלץ סימן צו וויסן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר", וואס איז זעכציג טעג נאך תקופת תשרי: אויב די קומענדיגע פעברואר וועט האבן 29 טעג (וואס מיינט אז היי יאר איז די 3'טע אין ציקל), וועט מען אנהייבן זאגן דער 23'סטע, און אויב נישט אין דער 22'טע.
די יוליאנער קאלענדער איז הונטערשטעליג פון דער גרעגאריאנער וואס איז אין באניץ זינט 1582. עס האט זיך אנגעהויבן מיט בלויז 11 טעג הונטערשטעליג, און עס שטייגט מיט א טאג יעדער 100'סטע יאר וואס איז נישט קיין 400'סטע. אין די 20'סטע און 21'סטע יארהונדערט האלט עס ביי 13 טעג, און דערפאר מען הייבט זאגן "ותן טל ומטר" דער 4'טע/5'טע אין דעצעמבער.
די פונקטליכקייט פון דער חשבון
תקופת שמואל איז אפיציעל אומפונקטליך; א יאר לויט דעם איז ארום 11 מינוט לענגער ווי די נומערן פון די רמב"ם און היינטיגע וויסנשפאליכער, און ארום 4.6 מינוט לענגער ווי לויט רב אדא. פילע ראשונים[33] זענען מסביר אז דאס איז אזוי צו פארגרינגערן דאס מאכן די חשבונות פארן המון עם, אינדערצייט וואס די פונקטליכערע תקופת רב אדא איז געווען באקאנט בלויז פאר די סנהדרין. א מימרא אין רב אדא'ס ברייתא לויטעט: ”תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא”. דער חזון איש[34] שרייבט אז אזוי האט מען עס מקובל מסיני: א פונקטליכע פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון. ער געבט צו אז אין אלגעמיין ”אינו מפסיד אם הקביעות של גבולי הצמצום יהיה בקירוב כדי שיוכלו לקיים מצוות המעשיות אף חלושי הדעת”. דער תקופה איז נויטיג פארן המון עם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[23].
דער סיבה פארן פארהוילן תקופת רב אדא, ברענגט רבי אברהם בן חייא הנשיא בשם "אחד מספרי הקדמונים" אז עס איז ווייל מכשפים וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם[35]. די אבן עזרא זאגט אז מען האט עס באהאלטן צו פארשווערן פאראויסצושאצן עתידות מיט די מזלות[36]. דער בני יששכר דרוקט זיך אויס דערוועגן "מטעם הכמוס אתם"[37].
דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז שמואל האט זיך גערעכנט אז שפעטערע סנהדרין'ס וועלן כסדר צוריק רוקן די תקופה לויט ווי מען דארף, אבער גענוג חשוב'ע בתי דינים דערפאר זענען נישט נאכגעקומען[38]. שמואל האט מעגליך אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג יעדעס יאר צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, און די פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן[39].
אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) איז תקופת ניסן געווען איבער 5 טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און 4 פון די אבזערוויטע גלייכנאכט. טייל האבן מחדש געווען אז די חשבון איז געבויעט אויף תקופת תשרי וואס האט יענע צייטן יא אויסגעפאלן נאנט צום אסטראנאמישן, ווייל מען וואלט נישט אנגענומען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג. רבי משה חיים רימיני האט גערעכנט לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און געטראפן אז אז די אסראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס אום שנת 244 למספרם (ד' אלפים ד'). ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[40]. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע וויסנשאפט, און געטראפן אז דאס האט פארסירט איבסל איידער שמואל'ס צייטן, נעמליך אין יאר 158, (ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט לגבי דאס זאגן "ותן טל ומטר", וואס ווענד זיך אויף תקופת תשרי[23].
תקופת רב אדא
מקור און אידענטעטעט
תקופת רב אדא ווערט געברענגט אין די ראשונים בשם זיינס א ברייתא וואס איז היינט פארלוירן[41].. די פריהסטע ראשונים וואס ברענגען עס זענען "ספר העיבור" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא[42], און "ספר האלקושי" פון רבי יעקב בן שמשון א תלמיד פון רש"י[43], ביידע געשריבן אין שנת ד'תתפ"ג. פריער איז עס דערמאנט דעווארן אין "מחברת העיבור" פון רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וואס איז געשריבן געווארן ארום ד'תת"כ. דער ספר איז אויך פארלוירן, אבער עס ווערט ציטירט דורך רבי אברהם בן חייא הנשיא אין ספר העיבור.
די עלטסטע פארבליבענע געשריבענע מקור פאר תקופת רב אדא איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער באקענטער אראבישער מאטאמאטיקער מוחמד אל ח'ואריזמי וואס שילדערט דער אידישע לוח און ווייסט צו דערציילן אז זייערע זון-יאר איז לאנג 365 טעג 5 שעה און 3891/4104 פון א שעה[44].
עס זענען געווען כאטש צוויי אמוראים וואס האבן געהייסן רב אדא בר אהבה[45]. אין ספר יוחסין[46] און צמח דוד[47] ווערט אנגענומען אן אז תקופת רב אדא איז פון די ערשטע רב אדא בר אהבה, א תלמיד חבר פון רב און שמואל וואס האט געלעבט ארום שנת ד' אלפים. ווידער רבי משה חיים רימיני שרייבט אז ער איז דער צווייטער, א תלמיד פון רבא וואב האט געלעבט ארום שנת ד'ק', גאר נאנט צו די צייט ווען הלל החמישי האט מייסד געווען די חשבון פון דער לוח, ווייל דאן (אין יאר 489 אדער 506[48]) האט זיך די אסטראנאמישע תקופה געטראפן מיט תקופת רב אדא{{[49].
די תקופה און די עיבור יארן
די חשבון פון תקופת רב אדא איז אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים[50]. א חלק איז 1/1080 פון א שעה, באקאנט פון די חשבון פון די מולדות; א רגע איז 1/76 חלק, און איז נישט באקאנט אדער געניצט ערגעץ אנדערש. לויט דעם שיטה איז די ערשטע מולד געווען 9 שעה און 642 חלקים נאך די תקופה[51].
19 יאר לויט תקופת רב אדא קומען אויס גענוי 235 חודשים פון מולד צו מולד, וואס זענען 29 טעג 12 שעה און 793 חלקים. לויט טייל ראשונים[52], איז די 19 יעריגע מחזור פון עיבור יארן איז געבויט אויף דעם פאקט. 19 מאל 12 איז 228, בלייבן איבער זיבן חודשים, וואס זענען די אדר-ב'ען פון די 7 עיבור יארן. די 'יום התקופה' פון תקופת ניסן טוט דיקטירן אויך די סדר פון די עיבור יארן: אויב פאלט עס אויס מער ווי 16 טעג מעת לעת נאך א מולד, מוז יענער זיין די מולד פון חודש אדר. לויט זיי איז דאס פשט פון רב הונא בר אבין'ס כלל אין מסכת ראש השנה: ”כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תיחוש לה, דכתיב שמור את חדש האביב, אביב של תקופה שיהא בחודש ניסן” (ראש השנה כא, א). אנדערע ראשונים לערנען אבער פשט אין די גמרא אנדערש[53]. אזוי אויך זענען דא פילע ראשונים וואס האלטן אז די ספר פון די עיבורים איז נישט געבינדן דווקא מיט תקופת רב אדא אדער מיט די יום תקופה בכלל[54]. עס ווערט אנגעוויזן דורך מטאטמטיקער אז אפילו לויט תקופת שמואל וואלט די 19 יעריגע מחזור נאכאלץ געווען די בעסטע אפציע; און אננעמענדיג אז אנהייב מחזור געפאלן די תקופה אין מולד אויס צוזאמען, וואלט תקופת שמואל אויך געקענט דיקטירן די סדר פון די עיבור יארן[55]. אנדערע ווילן זאגן אז רב אדא האט נישט אנטוויקלט אן אייגענע שיטה, נאר סך הכל צוטיילט 235 חודשים אויף 76 גלייכע טיילן, פאר די 4 תקופות אין די 19 יאר פון די מחזור[56].
די פונקטליכקייט פון דער חשבון
דער רמב"ם שרייבט אז די סנהדרין האט געניצט תקופת רב אדא ביים דן זיין צי מען זאל מעבר זיין די יאר[57]. רבי אברהם בן חייא הנשיא שרייבט אז תקופת רב אדא איז הלכה למשה מסיני. ער וויזט אן אז די גויים האבן זיך געמוטשעט יארן לאנג צו דערגיין די לענג פון דער יאר, און אויפגעקומען אז עס איז 365 טעג מיט 6 שעה, וויניגער א 1/300 פון א טאג; דאס איז מיט בלויז 4 חלקים און 2.4 רגעים קורצער ווי תקופת רב אדא[58]. דער דערמאנטע חשבון איז פון די גריכעשע היפרכוס ("אברכש" אין די ראשונים), וועמענס ווערטער ווערן געברענגט דורך בטלמיוס אין זיין "אלמגסט"[59].
רבי אברהם בן חייא הנשיא און רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וועמען ער ברענגט אראפ האבן ביידע געהאלטן אז תקופת רב אדא איז די אמת'ע תקופה אין מציאות[58], און אזוי שרייבט אויך רבי יצחק הישראלי אין יסוד עולם. פון די אנדערע זייט, געבט די רמב"ם אין די חשבונות ראיה אן אנדערע חשבון, אביסל קורצער ווי תקופת רב אדא; און אזוי טוען אויך די אבן עזרא, רלב"ג און א צאל אחרונים, וואס מיינט אז זיי האבן געהאלטן אז אויך תקופת רב אדא איז נישט פונקטליך[8]. די רמב"ם'ס שיטה איז לכאורה שווער, ווייל ער שרייבט אז די סנהדרין פלעגן ניצן דעם תקופה. די חזון איש[60] זאגט אז אדער האט דער חשבון אלעמאל געשטימט לגבי דאס וואס איז א נפקא מינה לגבי קידוש החודש און דערפאר האט די סנהדרין עס געניצט[ב].
אין ספר עתים לבינה[61] ווערט געברענגט א סברא בשם רבי עזריה מן האדומים[62] אז רב אדא האט גענומען זיין חשבון פון דער היפרכוס, דער חזון איש קריטיריט שטארק דער שטעלונג, און רופט עס אן "מינות"[60].
תקופת הרמב"ם
אין די צווייטע טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט די רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיצע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס די "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו די "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'[63]. אבער די חשבון פון די תקופה איז פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון[64].
די רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין אמערסטנס פעלער קען מען פארטענפערן אז די רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער די חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען דא צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און דער צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000[65].
אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.
ביי די כת פון קומראן
אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישע באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'[66]. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים[67]. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדער תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"[68].
די חשבונות פון די תקופה
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[69]. די חשבון געבט די צייט אפשניט ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. זיי ניצן טעג, שעות, חלקים (1080 פער שעה) און רגעים (76 פער חלק).
תקופת שמואל
די חשבון פאר תקופת שמואל איז ווי פאלגענד[ג]:
- צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען פאריבער זייט בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תקופת תשרי און תקופת טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
- דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר;
- דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
- דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
- 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
- 1 שעה און 485 חלקים (1/1080 פון א שעה) פאר יעדער מחזור פאריבער;
- 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
- דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
- פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
- פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
- און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוט גערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים אין די מימרא פון שמואל.
תקופת רב אדא
וויבאלד לויט רב אדא זענען 19 יאר פונקטליך 235 חודשים, דארף מען זיך בלויז רעכענען מיט די יארן וואס זענען אריבער אין די יצעטיגע מחזור. די חשבון איז ווי פאלגענד:
- צוערשט דארף מען אויסרעכענען וויפיל יאר זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר;
- דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן;
- דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
- 29 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
- 10 טעג, 21 שעה, 121 חלקים און 48 רגעים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
- דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
- פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה, 300 חלקים און 31 רגעים;
- פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה, 600 חלקים און 62 רגעים;
- און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה, 901 חלקים און 17 רגעים.
נאטיצן
- ↑ די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט[5]
- ↑ ער לייגט צו אז די רמב"ם מיינט צו בלויז אויסצושליסן תקופת שמואל, אבער תקופת רב אדא איז לאו דווקא געווען דאס וואס די סנהדרין האט געניצט
- ↑ די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט[70]
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 סנהדרין יג, א
- ↑ מגילה 4Q324d
- ↑ ווי אין די סוגיא אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".ראש השנה כא, א - ↑ 4.0 4.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. ”ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.”
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ג'–ז' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ג' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34. - ↑ 8.0 8.1 יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
- ↑ מרדכי גנוט, 'לוח דבר בעתו תש"ע, בני ברק, תש"ע, זייט 1375; און אין אלע נאכפאלגענדע לוחות אין יענעם קאפיטל
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: או"ח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן קי"ז, סעיף א' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: או"ח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן תקע"ה, סעיף ז' - ↑ ברכות נט, ב
- ↑ רמ"א אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: יוד' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה' - ↑ עבודה זרה ח, א
- ↑ עירובין נו, א
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה לפי שהמאורות
- ↑ 18.0 18.1 רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופת תמוז
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–א'; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה - ↑ ברכות סג, א; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ה', הלכה ב'
- ↑ תענית י, א
- ↑ 23.0 23.1 23.2 יעקב לוינגר, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.
- ↑ ברייתא דשמואל הקטן, פראנקפורט דמיין, תרכ"ג, זייט 14
- ↑ א טרעמין געניצט דורך עטליכע ראשונים, וואס שטאמט פון פרקי דרבי אליעזר פרק ו'
- ↑ ברכות נט, ב און רש"י אויפן פלאץ.
- ↑ ברייתא דסוד העיבור אין מסכת כותים עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ט'–ג' - ↑ עשין מז
- ↑ תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
- ↑ יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א
- ↑ באזירט אויף אברהם אריה עקביא, לוח לששת אלפים שנה, ירושלים: מוסד רב קוק, תשל"ו, זייט מט
- ↑ בית יוסף אויף טור, אורח חיים, סימן קי"ז בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג
- ↑ שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב;
- ↑ רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק י הלכה א
- ↑ ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ו עמוד ב
- ↑ בני יששכר, מאמרי חדשי כסלו טבת מאמר ד אות פו
- ↑ אלפסי זוטא, ברכות פ"ט
- ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 272
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ג
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
- ↑ כתב יד 692/6 אין די בולדיאנער ביבלעטעק, אראפ געברענגט דורך יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
- ↑ איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), אסופות א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח
- ↑ תוספות, תענית כ, ב, ד"ה אמר ליה
- ↑ רבי אברהם זכות, ספר יוחסין, ווארשא, תרל"ו, זייט 79
- ↑ רבי דוד גאנז, צמח דוד, ווארשא, תרי"ט, זייט 58
- ↑ יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 162
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ד
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה א'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה ג'
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב
- ↑ רש"י, תוספות, יד רמ"ה אויף סנהדרין דף יג עמוד א און נאך. זע מער ביי משה הסגל, מגיד הרקיע, קרית ספר, תשס"ב, זייט 96-110 און ביי יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 24
- ↑ רבינו חננאל מסכת ראש השנה דף כא עמוד א; מאירי סנהדרין דף י עמוד א ד"ה עיבור שנה; תוספות הרא"ש מסכת סנהדרין דף יג עמוד ב
- ↑ יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 135
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ד; יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 28
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ו' - ↑ 58.0 58.1 ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון
- ↑ 60.0 60.1 רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד
- ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 270
- ↑ רבי עזריה מן האדומים, מאור עינים, ימי עולם פרק מ
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ג–י"א - ↑ רפאל הלוי פון האנאווער, תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, זייט נה
- ↑ י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.
- ↑ "ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב
- ↑ "ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'
- ↑ סרך היחד
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד'; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ב עמוד ב - ↑ רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג