רוי:רבי צבי מאיר זילבערבערג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי מאיר זילבערבערג איז א חסידישער בעל דרשן און עובד ה' מיט פייערדיגע חסידים איבעראל, ער אליין איז א חסיד פון אמשינאווער רבי'ן פון ארץ ישראל. ער פירט די נחלת יעקב חבורה.

ער איז געבוירן געווארן אין תש"ך אין בארא פארק, ניו יארק צו זיין פאטער רבי משה זילבערבערג, א גערער חסיד, און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי גדליה שור, ראש ישיבה פון תורה ודעת אין פלעטבוש, ברוקלין.

ער פראוועט היינט אין אן אייגענעם בית המדרש, אינדערוואכן אין דער בעלזא-מאכניווקער שול אין ירושלים, און שבת אין דעם בנין פון דער וויזשניצער תלמוד תורה. ביי שלוש סעודות קומען זיך יעדע וואך צוזאם בערך 150 אינגעלייט און בחורים, אזוי אויך אין די ימים נוראים האט ער בערך 200 מתפללים.

עס איז דא פון אים א ספר שיחות התחזקות פינף בענדער, חסידות און מוסר אויפן סדר פון די פרשיות.

ווען ער קומט צופארן קיין אמעריקע פון ארץ ישראל דינגט מען ארויס גאנץ ערשטע קלאס פאר אים כדי עס זאל חלילה נישט נכשל ווערן צו זיצן נעבן אן אומריינע פרוי אדער מאן.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!