רוי:בערלינער אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל

פון המכלול
ווערסיע פון 05:30, 16 יולי 2019 דורך YI>פוילישער (removed Category:פעסטיוואלן; added Category:פילם-פעסטיוואלן using HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דער בערלינער אינטערנאַציאָנאַלער פֿילם־פֿעסטיוואַל (דייַטש: Internationale Filmfestspiele Berlin, אָדער קורץ Berlinale דער בערלינאַלע) ווערט גערעכענט אלץ די גרעסטע פילם־פעסטיוואלן אין דער וועלט, און ספעציעל אין אייראפע, און קומט פאָהר אין בערלין, דייטשלאנד, יעדעס יאָר אין פעברואר.

אט דער 10-טאָגיגע פילם פֿעסטיוואַל פארקויפט יערליך איבער 300,000 בילעטן, פאר די וואס קומען אנטיילנעמען אינעם פעסטיוואל, אין הויפט שטאט בערלין דייטשלאנד, אלעס צוזאמען ווערט געשאצט דאס צאל פון אומגעפער 500,000 צושויער, דערפון זענען אַרום 20,000 פראפעסיאנאלע פאכלייט, סעלעברעטיס, דערפון זענען פארהאנען 4,500 דזשארנאליסטן און מידיע לייט, פֿון איבער 130 לענדער איבערן וועלט, וואס באלאגערן דעם רויטן טעפיך אוואו עס ווערן אריבערגעפירט און פארגעשטעלט די פֿילם שטערנס און סאַלעבריטיז, וואס האבן ערצייגט די הויך-פּראָפיל פילמען און פּרעמיערעס.

דער אייראפעישע פֿילם מאַרקעט (EFM), פירט אן מיטן פילם האַנדל דורכאויס די פולע וואך פונעם בערלינאַלע, און איז דער הויפּט אינדאסטעריע באַגעגעניש פֿאַר די אינטערנאציאנאלע פילם פאמיליע, וואו פילם האנדלער, פּראָדוצירער, פינאַנצירער און קאָ-פּראָדוקציע אגענטן. אזוי אויך פילט איבער די בערלינאַלע טאַלאַנט קאַמפּאַס, אַ וואָך-לאַנג סעריע פון ​​לעקציעס און וואַרשטאַטן, וואס איז נאטורליך א זאמל-ארט פאר יונגע פילמ'מאַכער פון אַרום דעם גלאָבוס, וואס פייערן אינאיינעם דעם ריזן פעסטיוואל.

דארט ווערט געגעבן אלץ געשאנק - פאר די אויסגעצייכענטע שפילער, דירעקטאר און שרייבער, דער גאלדענער בער, וואס איז אינ'איינוועגס דאס סימבאל פון בערלין. אויך ווערט געשאנקען דער זילבערנער בער פאר די בעסטע אקטיאר, אקטריסטע און מוזיק, און נאך געשאנקען.

דער ריזן פעסטיוואל ווערט אנגעפירט דורכן פעסטיוואל דירעקטאר דיטער קאָסליק, וואס באווייזט - מיט א שטאב פון פראפעסיאנאלע פילם עקספערטן - צו ארגאניזירן די  טויזנטער פילמען אין זיבן אפטיילונגען, פאר פארשידנ-סארטיגע פילמען, אינעם גראנדיעזער בערלינאלע פראגראם, וואס א גרויס טייל דערפון, שפילט פאהר אינעם גרויסארטיגער בערלינער פאלאץ.

די 67 בערלין אינטערנאַציאָנאַלער פֿילם פֿעסטיוואַל איז געפלאנט פארצוקומען פון פעברואר 9 - פעברואר 19, 2017, אוואו דאס מאל - צווישן די  טויזנטער פילמען און אפטיילונגען - איז אויך אויסגעוועלט געווארן צו אויפשפילן און פרעמירן, א יידישער פילם מיטן נאמען מנשה, אינעם 'פאָרום' אפטיילונג, וואס דערין זענען נאך 43 דרויסנדיגע פילמען, געקליבן פון איבער 30 נאציאנען איבערן וועלט.


וועבלינקען

מוסטער:פילם-שטומף