רוי:בערלינער אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל
דער בערלינער אינטערנאַציאָנאַלער פילם־פעסטיוואַל (דייטש: Internationale Filmfestspiele Berlin, אָדער קורץ Berlinale דער בערלינאַלע) ווערט גערעכענט אלץ די גרעסטע פילם־פעסטיוואלן אין דער וועלט, און ספעציעל אין אייראפע, און קומט פאָהר אין בערלין, דייטשלאנד, יעדעס יאָר אין פעברואר.
אט דער 10-טאָגיגע פילם פעסטיוואַל פארקויפט יערליך איבער 300,000 בילעטן, פאר די וואס קומען אנטיילנעמען אינעם פעסטיוואל, אין הויפט שטאט בערלין דייטשלאנד, אלעס צוזאמען ווערט געשאצט דאס צאל פון אומגעפער 500,000 צושויער, דערפון זענען אַרום 20,000 פראפעסיאנאלע פאכלייט, סעלעברעטיס, דערפון זענען פארהאנען 4,500 דזשארנאליסטן און מידיע לייט, פון איבער 130 לענדער איבערן וועלט, וואס באלאגערן דעם רויטן טעפיך אוואו עס ווערן אריבערגעפירט און פארגעשטעלט די פילם שטערנס און סאַלעבריטיז, וואס האבן ערצייגט די הויך-פּראָפיל פילמס און פּרעמיערעס.
דער אייראפעאישע פילם מאַרקעט (EFM), פירט אן מיטן פילם האַנדל דורכאויס די פולע וואך פונעם בערלינאַלע, און איז דער הויפּט אינדאסטעריע באַגעגעניש פאַר די אינטערנאציאנאלע פילם פאמיליע, וואו פילם האנדלער, פּראָדוצירער, פינאַנצירער און קאָ-פּראָדוקציע אגענטן. אזוי אויך פילט איבער די בערלינאַלע טאַלאַנט קאַמפּאַס, אַ וואָך-לאַנג סעריע פון לעקציעס און וואַרשטאַטן, וואס איז נאטורליך א זאמל-ארט פאר יונגע פילמ'מאַכער פון אַרום דעם גלאָבוס, וואס פייערן אינאיינעם דעם ריזן פעסטיוואל.
דארט ווערט געגעבן אלץ געשאנק - פאר די אויסגעצייכענטע שפילער, דירעקטאר און שרייבער, דער גאלדענער בער, וואס איז אינ'איינוועגס דאס סימבאל פון בערלין. אויך ווערט געשאנקען דער זילבערנער בער פאר די בעסטע אקטיאר, אקטריסטע און מוזיק, און נאך געשאנקען.
דער ריזן פעסטיוואל ווערט אנגעפירט דורכן פעסטיוואל דירעקטאר דיטער קאָסליק, וואס באווייזט - מיט א שטאב פון פראפעסיאנאלע פילם עקספערטן - צו ארגאניזירן די טויזנטער פילמס אין זיבן אפטיילונגען, פאר פארשידנ-סארטיגע פילמס, אינעם גראנדיעזער בערלינאלע פראגראם, וואס א גרויס טייל דערפון, שפילט פאהר אינעם גרויסארטיגער בערלינער פאלאץ.
די 67 בערלין אינטערנאַציאָנאַלער פילם פעסטיוואַל איז געפלאנט פארצוקומען פון פעברואר 9 - פעברואר 19, 2017, אוואו דאס מאל - צווישן די טויזנטער פילמס און אפטיילונגען - איז אויך אויסגעוועלט געווארן צו אויפשפילן און פרעמירן, א יידישער פילם מיטן נאמען מנשה, אינעם 'פאָרום' אפטיילונג, וואס דערין זענען נאך 43 דרויסנדיגע פילמס, געקליבן פון איבער 30 נאציאנען איבערן וועלט.
אייראפעאישער פילם מארק
דער אייראפעאישער פילם מאַרק (EFM), איז דער הויפט מארק פאר פילמס איבער דער גארער וועלט, און איז די וויכטיגסטע ארט פאר די וואס ווילן ארויפארבייטן זייער האנדל אינעם פילם אינדוסטעריע, זיך צו באווייזן ביים מארק, און אנקניפען קאנטאקטן, מיט די געניטע פילם הענדלער, פראדוצירער און פארקויפער צוגלייך.
דער מארק פירט אן מיטן פילם האַנדל דורכאויס דער פולער וואך פון דער בערלינאַלע, און איז דער הויפּט אינדוסטריע באַגעגעניש פאַר דער אינטערנאציאנאלער פילם פאמיליע, וואו פילם הענדלער, פּראָדוצירער, פינאַנצירער און קאָ-פּראָדוקציע אגענטן. עס געפונט זיך אין צענטער פון בערלין אינעם פאטסדאמער פאלאץ, און אין די הונדערטער שטיבלעך דערינען, ווערן אויפגעצייגט הונדערטער סאמע בעסטע פילמס, פון דער לעצטער צייט.
די הויפט פירער פונעם מארק זענען די פירמעס וואס פארקויפן פילמס איבער דער וועלט, און יעדע לאנד איז א באזונדערע פארקויף פראצעס, און זיי זענען אין פארבינדונג מיט די פּי אַר פירמעס, וואס מאכן זיכער אז זייערע ווארע ווערט דערהערט געזען און געשעצט אין יעדע וויכטיגע צייטונג און סאציאלע מידיע געצייג איבער דער וועלט.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!