רוי:האמבורג
|
האמבורג (דייטש: Hamburg, נידערדייטש׃ Hamborg), מיט א באפעלקערונג פון 1,763,950, איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און אויך דער צווייטער גרעסטער פארט אין אייראפע (ניינטער גרעסטער פארט אין דער וועלט). זי איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין אייראפע וואס איז נישט קיין הויפטשטאט פון א לאנד.
האמבורג איז א וויכטיגער טראנספארט קנופ אין צפון דייטשלאנד.
היסטאריע
די ערשטע געביידע אויפן ארט איז געווען א שלאס וואס דער קייסער קארל דער גרויסער האט געבויט אין יאר 808. דער שלאס איז געשטאנען אויף שטיינערדיגער ערד אין א זומפ צווישן דעם אלסטער טייך אונעם עלבע טייך אלס פארטיידיגונג קעגן די סלאוון. דער שלאס האט געהייסן האַמאַבורג, (בורג איז טייטש שלאס.[1] גענוי וואו דער שלאס איז געווען ווייסט מען נישט.[2]
אין 834, איז האמבורג דעזיגנירט א צענטער פון דער קאטוילישער קירכע. אין 1529, איז די שטאט אריבער צו לוטעראניזם, און האמבורג האט אריינגענומען פראטעסטאנטע פליטים פון דעם נידערלאנד און פראנקרייך. אינעם 17טן יארהונדערט האבן ספרדישע אידן, פליטים פון פארטוגאל, זיך באזעצט אין האמבורג.
עטליכע מאל איז האמבורג געווארן פארניכטעט און אקופירט.
עקאנאמיע
דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט אין האמבורג איז אינגאנצן €88.9 ביליאן.[3] די שטאט האט דעם גרעסטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דייטשלאנד - €50,000 א קאפ - און פארהעלטנמעסיג א הויכע באארבעטנקייט, מיט 88 פראצענט פון דער ארבעטס-עלטער באפעלקערונג. אין 2007, איז די דורכשניט הכנסה פון איינגעשטעלטע געווען €30,937.[3]
די וויכטיגסטע עקאנאמישע איינצהייט אין האמבורג איז דער פארט פון האמבורג, וואס ראנגט 2טער נאר צוראטערדאם אין אייראפע און9טער איבער דער וועלט אין 2007.
טראנספארט
בארימטע מענטשן פון האמבורג
- אנגעלא מערקל, קאנצלערין פון דייטשלאנד
רבנים
- רבי יעקב עטלינגער (אלטונא)
- רבי רפאל הכהן
- רבי יעקב עמדין (אלטונא)
- רבי איציקל האמבורגער
- רבי יחזקאל קאצנעלנבויגן, בעל כנסת יחזקאל (אלטונא)
- רבי יהונתן אייבעשיץ
רעפערענצן
- ↑ Verg, Erich; Verg, Martin (2007). Das Abenteuer das Hamburg heißt (4th ed.). Hamburg: Ellert&Richter. p. 8. ISBN 9783831901371. מוסטער:De icon
- ↑ "Hammaburg – der große Irrtum", Hamburger Abendblatt (2007-12-12). דערגרייכט דעם 2008-09-30. מוסטער:De icon
- ↑ 3.0 3.1 Volkswirtschaftliche Basisdaten 2007, HWF Hamburgische Gesellschaft für Wirtschaftsförderung, retrieved 2008-08-06 מוסטער:De icon
לענדער פון דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד | ||
---|---|---|
לענדער | מוסטער:פאן/באדן-ווירטמבורג|קישור=באדן-ווירטמבורג|גבול|22x16pxpx|באדן-ווירטמבורג]] באדן-ווירטמבורג [[טעקע: · מוסטער:פאן/בייערן|קישור=בייערן|גבול|22x16pxpx|בייערן]] בייערן [[טעקע: · מוסטער:פאן/בראנדנבורג|קישור=בראנדנבורג|גבול|22x16pxpx|בראנדנבורג]] בראנדנבורג [[טעקע: · מוסטער:פאן/העסע|קישור=העסע|גבול|22x16pxpx|העסע]] העסע [[טעקע: · מוסטער:פאן/זאקסן|קישור=זאקסן|גבול|22x16pxpx|זאקסן]] זאקסן [[טעקע: · מוסטער:פאן/זאקסן-אנהאלט|קישור=זאקסן-אנהאלט|גבול|22x16pxpx|זאקסן-אנהאלט]] זאקסן-אנהאלט [[טעקע: · מוסטער:פאן/זארלאנד|קישור=זארלאנד|גבול|22x16pxpx|זארלאנד]] זארלאנד [[טעקע: · מוסטער:פאן/טורינגיע|קישור=טורינגיע|גבול|22x16pxpx|טורינגיע]] טורינגיע [[טעקע: · מוסטער:פאן/מעקלענבורג-מערב פאמעראניע|קישור=מעקלענבורג-מערב פאמעראניע|גבול|22x16pxpx|מעקלענבורג-מערב פאמעראניע]] מעקלענבורג-מערב פאמעראניע [[טעקע: · מוסטער:פאן/נארד ריין-וועסטפאליע|קישור=נארד ריין-וועסטפאליע|גבול|22x16pxpx|נארד ריין-וועסטפאליע]] נארד ריין-וועסטפאליע [[טעקע: · מוסטער:פאן/נידער-זאקסן|קישור=נידער-זאקסן|גבול|22x16pxpx|נידער-זאקסן]] נידער-זאקסן [[טעקע: · מוסטער:פאן/ריינלאנד-פאלץ|קישור=ריינלאנד-פאלץ|גבול|22x16pxpx|ריינלאנד-פאלץ]] ריינלאנד-פאלץ [[טעקע: · מוסטער:פאן/שלעזוויג-האלשטיין|קישור=שלעזוויג-האלשטיין|גבול|22x16pxpx|שלעזוויג-האלשטיין]] שלעזוויג-האלשטיין [[טעקע: |
|
שטאָט לענדער | מוסטער:פאן/בערלין|קישור=בערלין|גבול|22x16pxpx|בערלין]] בערלין [[טעקע: · מוסטער:פאן/ברעמען|קישור=ברעמען|גבול|22x16pxpx|ברעמען]] [[טעקע: ברעמען · מוסטער:פאן/האמבורג|קישור=האמבורג|גבול|22x16pxpx|האמבורג]] האמבורג [[טעקע: |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!