רוי:רבי יחזקאל לאנדא

פון המכלול
ווערסיע פון 17:34, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יחזקאל לאנדא
הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"

הרב יחזקאל הלוי לאנדא (י"ח מרחשון, ה'תע"ד - י"ז אייר, ה'תקנ"ג) איז געווען א דיין אין בראד און אב"ד פון יאמפעלע און פראג, בעהמען. ער האט איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין בארימטן ספר שו"ת נודע ביהודה.

יונגע יארן

יחזקאל לאנדא איז געבוירן אין אפט, פוילן, י"ז מרחשון תע"ד צו זיין פאטער יהודה, א מיטגליד אין דעם וועד ארבע ארצות און זיין מוטער חיה, א טאכטער פון הרב אליעזר אב"ד דובנא. זיינע עלטערן זענען ביידע געווען אייניקלעך פונעם רבי'ן ר' העשיל פון קראקע. צו עלף יאר האט ער געלערנט תורה ביי הר"ר יצחק אייזיק סג"ל פון לודמיר.

ווען ער איז געווארן בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען אינעם בראדער קלויז. אין יאר תצ"ב האט ער חתונה געהאט מיט ליבא, די טאכטער פונעם נגיד ר' יעקבקא פון דובנא. ער האט געוואוינט אין דובנא א קורצע צייט, נאכדעם איז זיין שווער אריבערגעגאנגען צו וואוינען אין בראד, דארט איז ר' יחזקאל צוריק אין קלויז.

רבנות

אין תצ"ד האט מען געבעטן ר' יחזקאל צו ווערן דער ראש בית דין פון בראד.

אין תק"ה האט פאסירט א מעשה ווען דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען הר"ר יחזקאל לאנדא, הר"ר מאיר מרגליות (מחבר פון מאיר נתיבים) און הר"ר גרשון קיטאווער, א שוואגער פונעם בעל שם טוב. דער גביר איז געווען נאנט צום פריץ און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפט אנטלויפן פון בראד.

עטליכע חדשים שפעטער האט די קהילה אין יאמפעלע גערופן הר"ר יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט פארפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א ישיבה אין יאמפאלע.

אום כ' כסלו, ה'תקט"ו האט די קהילה פון פראג ממנה געווען הר"ר יחזקאל אלס אב"ד פון פראג און הויפט רב פון גאנץ בעהמען, צוואנציג יאר נאך דער פטירה פונעם פריערדיגן רב, הר"ר דוד אפנהיים.

געשיכטע

אין די ת' און ת"ק יארן איז דאס לאנד בעהמען געווען אונטער דער האפסבורג מאנארכיע, געפירט פון דער קייסערין מאריא טערעזא.

נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון הר"ר יחזקאל, האט פרייסן אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פראג אין דעם זיבן יעריגן קריג. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספּעציעלע תפילה פארן וואוילזיין פון דעם קעניגליכן הויז. ער האט אויך גערופן אלע יודן אין דער אלטנוישול אריין וואו ער האט גע'דרש'נט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פיינד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פיינד.

ר' יחזקאל האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין פראג און געזאגט דארט א שיעור פיר מאל א טאג צו פיר כתות פון תלמידים: צוויי שיעורים אין גמרא אין צוויי שיעורים אין שלחן ערוך. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען ר' אברהם דאנציג, ר' דוד דייטש (מחבר פון אהל דוד), ר' אלעזר פלעקלעס און ר' בצלאל רענשבורג.

די מנהיגי החסידות, צווישן זיי דער צאנזער רב און דער בעל התניא, האבן שטארק געשעצט ר' יחזקאל.

אום תקל"ג האט אויסגעבראכן א פייער וואס האט פארברענט זיין הויז מיט זיינע כתבים. נאכהער האט ער אנגעהויבן צו דרוקן זיינע תשובות, וואס האבן ערשינען צום ערשטן מאל אין תקל"ז מיטן נאמען נודע ביהודה לכבוד זיין פאטער ר' יהודה.

אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זיינע חידושים אויף ש"ס מיטן נאמען ציון לנפש חיה (צל"ח) לכבוד זיין מוטער חיה.

זיינע פסקים אין נודע ביהודה זענען פון די פראמינענטסטע אין דער הלכה וועלט.

פון די באקאנטע אין דער חסידישער וועלט איז די תשובה קעגן זאגן לשם יחוד, וואס דער דברי חיים האט טאקע נישט געזאגט לכבודו פונעם גרויסן נודע ביהודה.

דער באר מים חיים האט אנגעשריבן א תשובה דערקעגן. און מען זאגט אויך אז ווארשיינליך האט דער נוב"י חרטה געהאט דערפון בסוף ימיו, ווייל ער האט געגעבן גאר א ווארימע הסכמה אויפן ספר אור לישרים פון ר' זרח איידליץ וואו דער ערשטער דרוש באציט זיך איבער דעם חשיבות זאגן לשם יחוד בעפאר א מצוה.

שפעטערע יארן

אין זיין עלטער, ווען ער איז געווארן קראנק, האט ער איבערגעגעבן די ישיבה צו זיין זון ר' שמואל (וואס איז געווארן פראגער רב נאך אים). י"ב טבת תק"ן איז נפטר געווארן זיין רביצין. אין זיין לעצטן יאר האט ער ווייטער געשריבן תשובות. י"ז אייר ה'תקנ"ג איז ער נפטר געווארן, און יודן זענען געקומען פון גאנץ בעהמען אויף זיין לויה.

זיינע ספרים

זיינע ברודער

  • רבי מאיר הלוי

זיינע קינדער

  • ר' שמואל אב"ד פראג
  • ר' יעקבקא
  • הרבנית פריידא אשת ר' יוסף מפוזנא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!