רוי:יצחק לייבוש פרץ

פון המכלול
ווערסיע פון 17:08, 21 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װעלט" ב־"וועלט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יצחק לייבוש פרץ

יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מיי 1852 - דריטן מיי 1915) איז א דערצײלער, מחבר, און שרייבער אין דער אידישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געװאָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין װאַרשע, בײדע אין פױלן.

צװישן זיינע באַקאַנסטע דערציילונגען זענען "אױב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", װעגן חסידים אין שטעטלעך אין פּױלן פאַר דער צװײטער וועלט מלחמה, און זיין דיכטונג "מאָניש", אײנע פון זיינע ערשטע אױס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמס "פאָלקסביבליִאָטעק".

ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפט ווען ער האָט געלייענט און זיך געלערנט אין אויטאדידקטישן מעטאָד.

ער האָט זיך געלערנט עטלעכע שפראכן.

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי געגט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט א זיווג שני מיט נחמה (העלענע) רינגלבלום.

אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליגט ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.

פרץ האט געהאלפן אנדערע יידיש־שפראך שרייבער צו פארעפנטלעכן זייער ווערק, ווי למשל דער נסתר און ל. שפירא.

וועבלינקען

רעקאָרדירונגען פון װערק פון י.ל. פּרץ

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!