רוי:זשעראר ראבינאוויטש

ווערסיע פון 02:36, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "„" ב־""")

 

זשעראַר ראַבינאָוויטש איז אַ פראַנצייזישער פילאָסאָף און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין פּאַריז אין 1948. ער איז אַ פאָרשער בײַם מלוכה–ראָט פאַר וויסנשאַפטלעכער פאָרשונג (פאָרשצענטער "זינען, עטיק, געזעלשאַפט“), און אַ צוגעשריבענער פאָרשער בײַם פאָרשצענטער "פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפט“ פונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערסיטעטן אין פראַנקרײַך און איז גאַסט–פּראָפעסאָר אינעם פאַקולטעט פאַר פילאָסאָפיע און הומאַניסטישע לימודים פונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).

ביאָגראַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין ליאָן. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצײַט געווען אַ "באַהאַלטן קינד“. ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זײַן ברודער לעאָפּאָלד.

פילאָסאַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַרײַן זײַנע פאָרשונגען און שריפטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציִונג צו דער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, בפרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פון די אויפטוען פון דער פראַנקפאָרטער שול און פון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפריד קראַקאַוער. זײַן מחשבֿה שפּײַזט זיך פון די בײַטראָגן פון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פון געשיכטע–פאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט "קלינישע פילאָסאָפיע“.

אַ נײַער באַגריף — "צעשטערערישקייט“ — אויסצוטײַטשן נאַציזם און פעלקערמאָרד

זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווײַזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט“, זיך שטיצנדיק אויף די בײַטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטלעכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג“ אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.

די השׂגה פון "צעשטערערישקייט“ ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ טײַערער באַגריף אויסצוטײַטשן דעם נאַציזם, וואָס פאַרבלײַבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבֿדיקער קולטור. אין זײַן בוך מכּוח דער מענטשלעכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט, האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרענעצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע“ מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גײַסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט“ קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זײַן וויכטיקסט ווערק. באַומאַן טײַטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מע זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זײַן דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען“ מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען“. דערבײַ דאַרף קלאָר זײַן — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פאַראַן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקלעכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי“. דער באַגריף צעשטערערישקייט דערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענלעכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט איצט ווײַטער אָן מיט זײַנע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט“, דורך זײַנע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון הײַנטצײַטיקן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטלעכן צוזאַמענבונד.

אַן עטיק פון אַנטוישונג

אויפן יסוד פון די פרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פעסטשטעלונגען, באַזונדערס פון פרוידס פאַרלעגנהייט אין דער קולטור, און פון זײַנע אייגענע דערטראַכטונגען אין שײַכות מיטן באַגריף פון "צעשטערערישקייט“, קלערט ראַבינאָוויטש אַרײַן אין די קאָנסעקווענצן פון דער פּלאַסטישקייט פון דער צעשטערונג, איר פעיִקייט זיך צוצופּאַסן צו פאַרשיידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאײַנגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פונדאַמענט פון אַן עטיק פון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשלעכער יחיד זאָל קענען אויפשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשלעכן מין.

באַטראַכטונגען וועגן הומאָר

דעם אַרײַנקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זײַנע אַנאַליזן איבערן הומאָר, דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זײַן בוך וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גײַסטיקע קונסט, טראַכט ער אַרײַן אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווײַז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניקסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשלעכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נײַער ווערק, אײַך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער), איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַרײַנקלער אין הומאָר און אין זײַן עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלײַכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגלעכן הומאָר, און אַנאַליזירט זײַן ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.

דורך זײַנע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נייטיק אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון אַנטשיפערן און "פונאַנדערפּלאָנטערן“ די הײַנטצײַטיקע וואָר. זײַן ווערק צילט צונויפצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פראַגעס פון דער קלאַסישער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, ווי עס האָבן זיי פאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פון אַ נײַעם אופן אָנצונעמען אונדזער מענטשלעכן מעמד אין אונדזער הײַנטצײַטיקער וועלט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!