רוי:גלח

פון המכלול
ווערסיע פון 18:34, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " זיינען" ב־" זענען")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאטוילישע גלחים אין רוים

א גלח (פריסטער אדער פאפ) איז א קריסטלעכער כהן וואס האט א גייסטלעכע שטעלע צו אנפירן רעליגיעזע פייערונגען, ווי צום ביישפיל, אויסטיילן די הייליקע ברויט, אויסצוהערן די גלויביקערס וידויים אא"וו. א גלח ווערט באפולמאכטיקט דורכן פויפסט.

ביי די קאטוילן קענען, אין אלגעמיין, נאר פרייליידיקע מענער העכער די 30 ווערן גלחים, ביי די ארטאדאקסישע קריסטן קענען אויך חתונה געהאטע ווערן גלחים, אבער זיי טארן נישט ווידער חתונה האבן נאך וואס זיי זענען געוורן גלחים.

די גלחים גייען אנגעטאן מיט טראדיציאנאלע קליידער, שווארצע לאנגע ראקלאך און די ארטאדאקסישע גלחים אויך מיט א גרויסן קרייץ (ציילעם) אויף דער ברוסט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!