רוי:דריטע וועלט-מלחמה
דער דריטער וועלט-מלחמה איז וואס מען רופט א מעגלעכער דריטער וועלט-מלחמה. דאס באדייט א וועלט-מלחמה וואס קען אפשר פאסירן און וואלט זיין דער נאכפאלגער פונעם צווייטן וועלט-מלחמה (1939-1945).
א וועלט-מלחמה קען זיין איינער אין וואס א צאל מדינות אינעם וועלט קעמפן קעגן זיך, א מאל איבער פארשידענע קאנטינענטן, אבער אפשר נישט. א געוואלטיקער מלחמה צווישן צוויי אדער דריי גרויסע מאכטן וואלט זיין א וועלט-מלחמה.
ווייל טעכנאלאגיע און געווער זענען געווארן אזוי אוואנסירט מיינען רוב מענטשן אז אויב אזא מלחמה וועט א מאל געשעען וועט מען אפשר ניצן קערן, ביאלאגישע און כעמישע געווער. ביאלאגישע געווער זענען לעבעדיקע זאכן, געווענליך באקטעריע אדער ווירוסן. כעמישע געווער וועלן אפשר נישט טייטן שנעל, נאר פארגיפטיקן מענטשן אדער זייערע אייגנטומס. קערן, ביאלאגישע און כעמישע געווער צוזאמען רופט מען מאסן פארניכטונג געווער. דערקעגן, קאנווענציאנעלע געווער זענען "נארמאלע" סארטן ווי ביקסן אדער נישט-קערנדיקע באמבעס.
מאסן פארניכטונג קען באשעדיקן רוב דעם ערד פלאנעט און טייטן א סך מענטשן און אנדערע ארגאניזמען. א שפריכווארט וואס ווערט אפט מיוחס צו אלבערט איינשטיין זאגט: "איך קען נישט וועלכע געווער וועט מען קעמפן דערמיט אין דער דריטער וועלט-מלחמה, נאר אינעם פערטן וועלט-מלחמה וועט מען קעמפן מיט שטעקנס און שטיינער". איינשטיין האט אפשר נישט טאקע דאס געזאגט, אבער לויט אנדערע זאכן וואס ער האט געזאגט האט ער געמיינט אז די געווער אין דער דריטער וועלט-מלחמה וואלט זיין אזוי צעשטערעריש אז זיי וואלט ענדיקן די ציוויליזאציע ווי באקאנט היינט.
אמתע געשעענישן מיט דער ביינאמען "דריטער וועלט-מלחמה"
טייל געשעענישן ווי דער קאלטער קריג האט מען גערופן דער "דריטער וועלט-מלחמה". געוועזענער פאראייניקטע שטאטן פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש האט פארגלייכט דעם מלחמה קעגן טעראר צו דער דריטער וועלט-מלחמה.
די דאזיקע געשעענישן זענען ביידע געווען נישט אפילו ענלעך מיט וואס א וועלט-מלחמה וואלט זיין. דער קאלטער קריג איז נישט געווען קיין קריג, און דער איראקער מלחמה איז געווען מערסטנס קאנווענציאנאל און געשלאסן אום איין געגנט אין גענעראל. טעראריזם איז טאקע א סארט געפעכט, אבער נישט קיין וועלט-מלחמה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!