רוי:באקטעריע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

באקטעריעס איז א גרויסע גרופע פון קליינע לעבעדיגע ארגאניזמען געמאכט פון איין צעל. זיי האבן DNA און זייער ביאכעמיע איז ענליך צו אנדערע לעבעדיגע ארגאניזמען.

כמעט אלע באקטעריעס זענען אזוי קליין אז מ'קען זיי זען נאר דורך א מיקראסקאפ. זיי זענען די פשוט'סטע ארגאניזמען אויף דער ערד.

באקטעריעס מערן זיך דורך צעשפאלטן.

אין דער 19טן יארהונדעטר האט ראבערט קאך געוויזן אז באקטעריעס זענען גורם עטליכע קראנקייטן, צווישן זיי כאלערע, טובערקולאז און אנטראקס. אין 1905 האט מען אים באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר זיין ארבעט.

מסתמא זענען פאראן מער באקטעריעס ווי נארוועלכן אנדערן ארגאניזם אויף דער ערד.[1] מערסטע באקטעריע לעבן אין דעם באדן אדער אין וואסער, אנדערע אבער לעבן אינערהאלב אדער אויף דער הויט פון אנדערע ארגאניזמען, כולל מענטשן . אין דעם מענטשליכן קערפער זענען פאראן צען מאל אזוי פיל באקטעריעס ווי מענטשליכע צעלן. טייל באקטעריעס זענען גורם קראנקייטן, אנדערע אבער העלפן מיט טאג-טעגליכע אקטיוויטעטן ווי פארדייען עסן. באקטעריעס קומען צו ניץ אויך אין פראדוצירן קעז און יאגארט.

P biology.svg דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען lots