דרעפט:קאפל
בס"ד
א קאפל אדער יארמולקע איז א קאפ צודעק וואס אידישע מענער האבן אן אין אלע צייטן. אין רוב מקומות טוט מען עס אן פאר אינגלעך פון די דריי יאר אלט, און מען נעמט דאס קיינמאל נישט אראפ.
מקור
אין תנ"ך
אין תנ"ך טרעפט מען נישט אן אפענער איסור צו גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ, אבער די פוסקים לייגן עס אריין אינעם פסוק 'ובחוקותיהם לא תלכו'.
אין חז"ל
פון די עטליכע מאל וואס עס ווערט דערמאנט אין ש"ס דער באגריף פון צודעקן דעם קאפ קומט אויס אז קינדער און אפילו ערוואקסענע זענען נישט געגאנגען מיט א צוגעדעקטן קאפ, נאר עס זענען געווען, בעיקר תלמידי חכמים, וואס זענען אלעמאל אזוי געגאנגען אלס חומרא.
פאלגנד זענען די פלעצער אין גמרא וואס דערמאנען דעם ענין פון א קאפ-צודעק:
- רב הונא בריה דרב יהושע איז נישט געגאנגען פיר אמות מיט אן אנטבלויזטן קאפ, זאגנדיג: שכינה למעלה מראשי – די שכינה איז העכער מיין קאפ[1].
- רב הונא בריה דרב יהושע האט געזאגט: איך וועל באקומען שכר פאר דעם וואס איך גיי נישט קיין פיר אמות מיט אן אנטבלויזטן קאפ[2].
- רב כהנא האט גענומען א 'סודרא' (דער קאפ-צודעק פון די תלמידי חכמים) פאר א פדיון הבן, זאגנדיג: עס איז מיר ווערד אזוי ווי פינף סלעים (וואס מען איז מחויב צו געבן פאר א פדיון הבן). די גמרא לייגט צו: דאס איז נאר פאר אנגעזעהענע מענטשן, אבער נישט פאר סתם מענטשן[3]. רש"י איז מסביר: אן אנגעזעהענער מענטש גייט נישט מיט אן אנטבלויזטן קאפ.
- א שטערן-זעער האט געזאגט צו דער מוטער פון רב נחמן בר יצחק: דיין זון וועט אויסוואקסן א גנב. האט זי אים נישט געלאזט גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ. זי האט אים געזאגט: דעק צו דיין קאפ, כדי דו זאלסט האבן יראת שמים, און זיי מתפלל אז דער יצר הרע זאל נישט געוועלטיגן אויף דיר. רב נחמן האט אבער נישט געוואוסט פארוואס זי זאגט אים דאס. איין טאג האט ער געלערנט אונטער א טייטל-בוים, איז אראפגעפאלן זיין קאפ-צודעק, האט רב נחמן אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזען די טייטלען פונעם בוים (וואס האט באלאנגט צו א פרעמדן[4]), און זיין יצר הרע האט זיך געשטארקט אויף אים. ער האט זיך ארויפגעדראפעט אויפ'ן בוים, און אראפגעריסן א צאל טייטלען מיט זיינע ציין[5].
- די משנה פסק'נט: איינער וואס מאכט א נדר אז ער וועט נישט הנאה האבן פון שווארצע קעפ (–האר), טאר נישט הנאה האבן פון מענער, סיי מיט אויסגעקראכענע האר און סיי אלטע מענטשן, אפילו אויב זיי האבן נישט שווארצע קעפ, אבער ער מעג הנאה האבן פון פרויען און קליינע קינדער, ווייל נאר די מענער ווערן אנגערופן 'שווארצע קעפ'. איז די גמרא מסביר, ווייל נאר מענער זעט זיך אן ווען איינער האט שווארצע האר. אבער קינדער האבן אלעמאל אנטבלויזטע קעפ, דערקענט מען נישט ווען עס איז שווארץ, און פרויען פארדעקן אלעמאל זייערע האר, זעט מען קיינמאל נישט די שווארצע האר[6].
אין זוהר הקדוש[7] שטייט: מען טאר נישט דערמאנען דעם באשעפער'ס נאמען מיט אן אנטבלויזטן קאפ.
אין די ראשונים
שיטת המהר"ם מרוטנבורג
פון די ראשונים קומט אויך אויס אז גיין צוגעדעקט דעם קאפ איז נישט מעיקר הדין נאר א מידת חסידות. אין דער צייט וואס רבינו מהר"ם פון רוטנבורג ז"ל איז געווען פארשפארט אין א פינצטערן קעלער צוליב א וויסטן בלבול אויף אים, פון וועלכן ער איז רח"ל נישט ארוסגעקומען לעבעדיג, איז זיין תלמיד רבינו שמשון בר צדוק ז"ל געווען מיט אים, און אים אנגעפרעגט אויף פילע הלכות און מנהגים, און דאס פארשריבן פאר די קומענדיגע דורות, און פון דעם איז געדריקט געווארן דער לעגענדארער ספר תשב"ץ קטן, וועלכער ווערט פיל מאל אראפגעברענגט אין די פוסקים. איינער פון די פילע פסקים