רוי:מגילת העצמאות

פון המכלול
ווערסיע פון 01:04, 1 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאַראייניקט" ב־"פאראייניגט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אומאפהענגיקייט דעקלאראציע פון ישראל

זעלבשטענדיקייט דעקלאַראַציע (אין העברעיש: מגילת עצמאות) איז דער דאקומענט וואס פראקלאמירט צו אויפשטעלן א אידישע רעגירונג.

אין דעם טאג וואס דער בריטישער מאנדאט האט פארלאזט ארץ ישראל, (ה' אייר ה'תש"ח), האט דוד בן גוריון פראקלאמירט די זעלבשטענדיקייט דעקלאַראַציע.

בשעת ווען מען האט אויסגעשטעלט די מגילה, האט אויסגעפלאצט א קריג צווישן די פרומע און פרייע, צי מען זאל דערמאנען גאטס נאמען אין דער מגילה. די פרומע האבן געוויס געוואלט צוטיילן דעם קרעדיט אויף דער גאולה פון צוריקהערן די אידן קיין ארץ ישראל פאר גאט, אבער די פרייע האבן געטענהעט אז דאס וועט זיין א כפייה דתית צו שטעלן גאטס נאמען אין דער מגילה. דערפאר, האט מען באשטימט צו שרייבן ביי דער ענדע פון דער מגילה "מתוך ביטחון בצור ישראל..." וואס דער זאץ "צור ישראל" קען מיינען צוויי באטייטן, עס קען מיינען "גאט" דער באשעפער פון כלל ישראל, און עס קען מיינען דער נאטירליכער מענטשליכער כוח פון כלל ישראל.

די מגילה איז צעטיילט אין 4 געדאנקען:

  1. דער זכות פון די אידן צו אויפשטעלן א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל.
  2. דער אויסרוף פון אויפשטעלן א אידישע רעגירונג.
  3. דערקלערן אז די גרונד פרינציפן פון דער מדינה זאלן באזירט זיין אויף די יסודות פון דעמאקראטיע און אידישקייט.
  4. אויפנעמען אלע אידן פון דער גולה

דער תוכן פון מגילת עצמאות אויף אידיש

טעקע:IndependenceDec.jpg
דעקלאראציע דאקומענט

.די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פון מדינת־ישׂראל (מגילת עצמאות) פון דער אָפיציעלער בולעטין פון מדינת־ישׂראל, נומ´ 1 פינף טעג אין אייר תּשח / דעם 15טן מײַ 1948 תּל־אָבֿיבֿ

די פּראָקלאַמירונג פון דער גרינדונג פון מדינת־ישׂראל (הכרזה על הקמת מדינת ישׂראל)

אין ארץ־ישׂראל איז אויפגעקומען דאָס ייִדישע פאָלק. דאָ האָט זיך אויסגעפורעמט זײַן גײַסטיק, רעליגיעז, און פּאָליטיש געשטאַלט. דאָ האָט עס געפירט אַ פולשטענדיק מלוכה־לעבן. דאָ האָט עס געשאַפן נאַציאָנאַלע און אַלגעמיין־מענטשלעכע קולטור־פאַרמעגנס און געגעבן דער גאַנצער וועלט דאָס אייביקע „בוך פון ביכער.

נאָך דעם ווי דאָס פאָלק איז בגוואַלד פאַרטריבן געוואָרן פונעם לאַנד, האָבן זיי עס געהאַלטן טײַער וווּ נאָר זיי זײַנען געווען צעזייט און צעשפּרייט. דאָס פאָלק האָט ניט אויפגעהערט בעטן דעם אייבערשטן און צו האָפן זיך אומצוקערן אין זייער לאַנד און דאָרט צו באַנײַען זייער פּאָליטישע פרײַהייט.

צוליב דער דאָזיקער טראַדיציאָנעלער און היסטאָרישער פאַרבינדונג האָבן ייִדן זיך געריסן אין יעדן דור זיך אומצוקערן און באַזעצן זיך אין זייער היימלאַנד. אין די לעצטע דורות קערט מען זיך אום מחנותווײַז. חלוצים, אומלעגאַלע אימיגראַנטן (מעפּילים) און באַשיצערס האָבן אויפגעהאָדעוועט משפּחות, אויפגעלעבט זייער העברעיִשע שפּראַך, אויפגעבויט דערפער און שטעט, און אויפגעשטעלט אַ ייִשובֿ וואָס צעוואַקסט זיך וואָס אַ מאָל גרעסער און באַהערשט זײַן עקאָנאָמיע און קולטור, יאָגט זיך נאָך שלום און פאַרטיידיקט זיך אַליין, בענטשט אַלע תּושבֿים פון לאַנד מיט דער ברכה פּראָגרעס, און שטרעבט צו מלוכהשער אומאָפּהענגיקייט.

אין יאָר תרנז (1897) האָט זיך פאַרזאַמלט דער ציוניסטישער קאָנגרעס אויפן רוף פון דער וויזיאָנערישן אָנפירער טעאָדאָר הערצל, און האָט קאָנסטאַטירט דאָס רעכט פון ייִדישן פאָלק אויף נאַציאָנאַלן אויפקום אויף זײַן לאַנד.

דאָס דאָזיקע רעכט האָט מען אָנערקענט אין דער באַלפור־דעקלאַראַציע פון 2טן נאָוועמבער 1917, און באַשטעטיקט דורכן מאַנדאַט אין נאָמען פון פעלקער־פאַרבאַנד, וואָס האָט צוגעגעבן אַ באַזונדערע אינטערנאַציאָנאַלן כּוח דער היסטאָרישער פאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פאָלק און ארץ־ישׂראל, און צום רעכט פון ייִדישן פאָלק צו פאַרלייגן פון דאָס נײַ זייער פאָלקסהיים.

דער חורבן וואָס האָט געבושעוועט איבערן ייִדישן פאָלק אין דער לעצטער צײַט, אין וועלכן מע האָט איבערגעלאָזט דעם אומקום מיליאָנען אייראָפּעיִשע ייִדן, האָט פון דאָס נײַ קלאָר באַוויזן די נייטיקייט פון אַ לייזונג אויף דער פּראָבלעם פון ייִדישן פאָלק, וואָס עס פעלט אים אַ היימלאַנד און אומאָפּהענגיקייט, דורך דער באַנײַונג פון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, וואָס וועט ברייט אויפמאַכן די טויערן פון היימלאַנד פאַר יעדן ייִד און וועט צושטעלן דעם ייִדישן פאָלק אַ גלײַכבאַרעכטיקטן נאַציאָנאַלן סטאַטוס אין דער ברידערשאַפט פון פעלקער.

די שארית־הפּליטה־ייִדן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פון דעם שרעקלעכן נאַצישן אומקום אין אייראָפּע, ווי אויך די ייִדן פון אַנדערע לענדער, האָבן ניט אויפגעהערט אומלעגאַל אײַנצווואַנדערן אין ארץ־ישׂראל, ניט געקוקט אויף יעדער שוועריקייט, מניעה און סכּנה, און האָבן ניט אויפגעהערט צו פאָדערן זייער רעכט אויף אַ לעבן פון כּבֿוד, פרײַהייט און ערלעכער האָרעוואַניע אין היימלאַנד פון זייער פאָלק.

אין דער צווייטער וועלט־מילחמה האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַנד געגעבן צו שטײַער מיט דער פולער מאָס צום קאַמף פון די לענדער וואָס האָבן געשטרעבט נאָך פרײַהייט און שלום קעגן די כּוחות פון נאַצישן רשע, און מיט דער בלוט פון זייערע סאָלדאַטן און זייער מלחמהדיקן מי געשאַפן פאַר זיך דאָס רעכט גערעכנט צו ווערן צווישן די פעלקער וואָס האָבן פאַרלייגט די אָרגאַניזאַציע פון די פאראייניגטע פעלקער.

דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 האָט די פאַרזאַמלונג פון די פאראייניגטע פעלקער אָנגענומען אַ רעזאָלוציע וואָס האָט גערופן צום אויפקום פון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ־ישׂראל. די פאַרזאַמלונג האָט געפאָדערט בײַ די תּושבֿים פון ארץ־ישׂראל, זיי זאָלן אָננעמען די נייטיקע מיטלען פון זייער זײַט כּדי אויסצופירן די רעזאָלוציע. דאָס דאָזיקע אָנערקענען מצד די פאראייניגטע פעלקער פון רעכט פון ייִדישן וואָלק צו גרינדן זייער מדינה איז ניט בטל צו מאַכן.

דאָס רעכט איז דאָס נאַטירלעך רעכט פון ייִדישן פאָלק צו זײַן אַ פאָלק מיט פעלקער צו גלײַך, דער בעל־הבית איבערן אייגענעם רשות אין דער אייגענער סוּווערענער מדינה.

בהסכּם דערמיט האָבן מיר זיך פאַרזאַמלט, די פאָרשטייער פון פאָלקסראַט, די רעפּרעזענטאַנטן פון ייִדישן ייִשובֿ און דער ציוניסטישער באַוועגונג, אין טאָג פון פאַרענדיקן זיך פון בריטישן מאַנדאַט איבער ארץ־ישׂראל. מיטן כּוח פון אונדזער נאַטירלעכן און היסטאָרישן רעכט און אויפן יסוד פון דער רעזאָלוציע פון די פאראייניגטע פעלקער, פּראָקלאַמירן מיר דערמיט די גרינדונג פון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, מדינת־ישׂראל.

מיר באַשטימען אַז פון פאַרענדיקן זיך פון מאַנדאַט, הײַנט אויף דער נאַכט, פרײַטיק צו נאַכטס, זעקס טעג אין אייר תּשח (דעם 15טן מײַ 1948), און ביז דער גרינדונג פון די פּאַסיקע, אויסגעקליבענע אויטאָריטעטן פון דער מלוכה בהסכּם מיט דער קאָנסטיטוציע וואָס עס וועט אָננעמען די קאָנסטיטוציאָנעלע פאַרזאַמלונג ניט שפּעטער ווי דעם 1טן אָקטאָבער 1948 – וועט דינען דער פאָקלסראַט ווי דער דערווײַליקער מלוכה־ראַט, און זײַן אויספיר־אָפּטייל, די פאָלקס־אַדמיניסטראַציע, וועט מיט זיך פאָרשטעלן די דערווײַליקע רעגירונג פון דער ייִדישער מלוכה, וואָס וועט אָנגערופן ווערן בײַם נאָמען ישׂראל.

מדינת־ישׂראל וועט זײַן אָפן פאַר עלייה און פאַר קיבוץ־גלויות; זי וועט שטיצן די אַנטוויקלונג פון לאַנד לטובֿת די אַלע תּושבֿים אירע; זי וועט זײַן פאַרלייגט אויפן יסוד פון פרײַהייט, יושר און שלום אין ליכט פון דער וויזיע פון די נבֿיאים פון ישׂראל; זי וועט מקיים זײַן פולשטענדיקע געזעלשאַפטלעכע און פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקייט אַלע אירע בירגער אָן אונטערשייד פון רעליגיע, ראַסע און מין; זי וועט פאַרזיכערן פרײַהייט פון רעליגיע, געוויסן, לשון, דערציִונג און קולטור; זי וועט היטן די הייליקע פּלעצער פון אַלע רעליגיעס; און זי וועט זײַן געטרײַ די פּרינציפּן פון טשאַרטער פון די פאראייניגטע פעלקער.

מדינת־ישׂראל איז גרייט מיטצואַרבעטן מיט די אינסטיטוציעס און רעפּרעזענטאַנטן פון די פאראייניגטע פעלקער כּדי מקיים צו זײַן די רעזאָלוציע פון דער פאַרזאַמלונג פון 29סטן נאָוועמבער 1947, און וועט אַדורכפירן די עקאָנאָמישע פאַראייניקונג פון גאַנץ ארץ־ישׂראל.

מיר רופן די פאראייניגטע פעלקער צו געבן אַ האַנט דעם ייִדישן פאָלק בײַם בויען די ייִדישע מלוכה און אָנצונעמען מדינת־ישׂראל אין דער ברידערשאַפט פון פעלקער.

מיר רופן – אין מיטן דער אַטאַקע וואָס מע פירט קעגן אונדז במשך די חדשים – צו די אַראַבישע אײַנוווינער פון מדינת־ישׂראל צו היטן שלום און אָנטייל צו נעמען אין אויפבויען די מדינה אויפן יסוד פון פולער און גלײַכער בירגערשאַפט און פולער רעפּרעזענטאַציע אין אַלע אירע אינסטיטוטציעס, סײַ דערווײַליקע, סײַ באַשטיייִקע.

מיר שטרעקן אויס די האַנט אַלע שכנישע מלוכות און זייערע פעלקער ווי אַן אָנבאָט פון שלום און גוטער שכנימשאַפט, און מיר רופן זיי צו שטעלן קעגנזײַטיקע פאַרבינדונגען פון אַרבעט און הילף מיטן אומאָפּהענגיקן ייִדישן פאָלק אין זײַן לאַנד. מדינת־ישׂראל איז גרייט צו געבן צו שטײַער אין דער צוזאַמענאַרבעט לטובֿת דער אַנטוויקלונג פון גאַנצן מיטל־מיזרח.

מיר רופן צום ייִדישן פאָלק אין אַלע תּפוצות זיך צו סאָלידאַריזירן מיט די ייִדן פון ייִשובֿ מיט עלייה און אויפבוי, און צו שטיין לעבן אונדז אין גרויסן געראַנגל נאָכן קיום פון דער דורותדיקן חלום – גאולת־ישׂראל.

מיט בטחון אין דעם פעלדז פון ישׂראל שרײַבן מיר אונטער מיט אונדזערע חתימות די דאָזיקע פּראָקלאַמירונג אויף דער זיצונג פון דערווײַליקן מלוכה־ראַט, אויפן באָדן פון היימלאַנד, אין דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, דעם ערבֿ־שבת, פינף טעג אין אייר תּשח, דעם 14טן מײַ 1948.

דוד בן־גורין

דניאל אַוסטער מרדכי בנטובֿ צחק בן־צבֿי אליהו בערלין פּרץ בערנשטיין הרבֿ וואָלף גאָלד מאיר גראָבאָווסקי יצחק גרינבוים ד"ר אַבֿרהם גראַנאָווסקי אליהו דאָבקין מאיר ווילנער־קאָוונער זרח וואַרהאַפטיג הערצל ורדי רחל כּהן הרבֿ קלמן כּהנא סעדיה כּוֹבאַשי הרבֿ יצחק מאיר לווין מאיר דוד לווינשטיין צבֿי לוריאַ גאָלדע מאירסאָן נחום ניר צבֿי סגל הרבֿ יהודה לייב הכּהן פישמאַן דוד צבֿי פּינקס אַהרן זיסלינג משה קאָלאָדני אליעזר קאַפּלאַן אַבֿרהם קאַצנעלסאָן פעליקס ראָזנבליט דוד רמז בערל רעפּעטור מרדכי שאַטנער בן־ציון שטערנבערג בכור שיטריתּ משה שאַפּיראַ משה שרתּוֹק


(ייִדיש: ש. בערגער)


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל