רוי:חברון

פון המכלול
ווערסיע פון 19:41, 29 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישקייט" ב־"אידישקייט")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חברון

חברון (אַראַביש: الخليل אַל־כאַליל) איז איינע פון די פיר הייליקע שטעט בײַ דער יידישער רעליגיע. היינט זײַנען דאָרט פּלאַצירט בעיקר אראבער, אבער אידן ווענדן זיך אהין פון איבעראָל. חברון האט אויך געהייסן "עיר האבות" ווייל לױט דער ייִדישער טראַדיציע, ליגן אין מערת המכפלה באַגראָבן אברהם יצחק און יעקב װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אבות" פונעם ייִדישן פאָלק, און שרה רבקה און לאה װעלכע זײַנען גערעכנט װי די "אמהות" פונעם ייִדישן פאָלק. אויך אדם און חוה און ישי דער טאטע פון דוד המלך ליגן דארט באַגראָבן.

רמב"ן איז געווען אין חברון אין יאר ה'ל'.

אין יאר ה'ע"ב האט אישתורי הפרחי באזוכט חברון און ער דערמאנט דאס אלטע בית עולם דארט.

ביזן יאר ה'תרפ"ט איז געווען אין חברון א יידישע קהילה, אבער אין תרפ"ט איז פארגעקומען דארט די באוואוסטטע תרפ"ט ראיאטן, ווען 67 יידן זענען אומגעברענגט געווארן, דורך די צעיושטע מאסן, דער בריטישער מאנדאט, האט דעמאלט עוואקואירט די רעשטלעך יידן, וואס האבן איבערגעלעבט די פאגראם.

היינט איז דא א קליינע יידישע קהילה אין חברון, עס וואוינען דארט עטליכע אידן רובם ככולם מתנחלים פון די כהנא'ניסטן, ווי ברוך מרזל, בנצי גופשטיין, איתמר בן גביר, און נאך. פון די באקאנטע פיגורן אין דער היסטאריע פון חברון, איז געווען ברוך גאלדשטיין ע"ה ה' ינקום דמו, וואס איז געווען דער הויפט דאקטאר אין קרית ארבע, און האט זיך נוקם געווען אויף די פילע רציחות קעגן יידן, און איז אומגעקומען אויפן ארט אין היכל יצחק אינעם מערת המכפלה.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!